לדלג לתוכן

קא גע בע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון קע גע בע)
קאַ־גע־בע סימבאָל

די קאַ־גע־בע (אדער ק.ג.ב. אדער קג"ב, רוסיש: Комитет государственной безопасности קאמיטעט גאסודארסטווענוי בעזאפאסנאסטי—"שטאַט פֿארזיכערונג קאמיטעט") איז געווען א רעגירונגס אגענטור זייענדיג די פאליטישע פאליציי אויף די סאוועטישע פארבאנד צווישן די יארן פון 1954 ביז די סאוויעטישע צוזאמענפאל אין 1991. דורכאויס אירע יארן אין אפעראציע איז איר הויפט אויפגאבע געווען צו באוואכן די יו.עס.עס.אר. פון אינערליכע און אויסערליכע סטראשונגן. די אגענטור האט פארמאגט א שטארקע פאליצייאישע קראפט און א געלערנטע און פארגעשריטענע שפיאנאזש איינהייט.


די סאוויעטישע פירערשאפט האט געברויכט האבן א גוטע סעקיוריטי (זיכערהייט) און איטעליגענץ סיסטעם צו פארזיכערן פאליטישע לאיאליטי ביי יעדן אינדערהיים און פאר'ן ציל צו ווערן מער קראפטיג. די אגענטור האט געטאן פארשידענע ערליי ארבעט ווי נאכקוקן מענטשן אינדערהיים און איבער'ן לאנד, פאטראלירן די גרעניצן, געבן סעקיוריטי פאר אלע פאליטישאנס, און ארויפצווינגען סעקיוריטי אינערהאלב דאס מיליטער. די קא־גע־בע האט אויסגעפירט איר ארבעט מיט א ריזיגע נעטווארק פון טויזענטער שטילע אינפארמאנטן און א רייע פארגעשריטענע טעכנאלאגישע געצייג. די אגענטור האט געהאט די פולע רעכט נאכצוגיין יעדן מענטש וואס איז פארדעכטיגט געווארן מיט אן אנטי סאוויעט אויפפירונג. ווער עס איז געפונען געווארן שולדיג איז פארשיקט געווארן צו די באוואוסטע קא־גע־בע ארבעט לאגערן.

אין אויסערן שפיאנאזש האט די אגענטור גענוצט די מערסט פארגעשריטענטע געצייג וועלכע האבן קאנקורירט מיט די סי.אי..עי.'ס שפיאנאזש נעטווארק. איר אויסערן אויפגאבע איז געווען צו זאמלן פאליטישע און מיליטערישע סודות'דיגע אינפארמאציע און עס איבערגעבן פאר די סאוויעטישע פירערשאפט. די אגענטור האט אויך אנגעפירט א גרויסע פראפאגאנדע אין די אייראפעאישע לענדער קעגן די מערב לענדער.

אלס א א שטאַט'ס קאמיטעט איז די קא־גע־בע געווען אונטער דעם קאנטראל פון דער ראט פון מיניסטארן . די אגענטור איז געווען א שטארקע צענטראליזירטע ארגאניזאציע וועלכע האט געהאט א פארזיצער און עטלעכע דעפוטאטן וועלכע זענען געווען די באשלוס מאכער אין די אגענטור. די קא־גע־בע'ס הויפט קווארטיר איז געווען אין מאסקווע און איז געווען צוטיילט אין עטליכע דעפארטמענטס, יעדע מיט אנדערע פונקציעס.

די קא־גע־בע האט פארמאגט באזונדערע אפטיילונגן נאכגעמאכט אויף דעם זעלבן אויפן ווי אין מאסקעווע אין יעדע פון די 14 נישט רוסישע רעפאבליקס אין די יו.עס.עס.אר. די אגענטור האט פארמאגט אפיסעס אין יעדע דיסטריק, ראיאן, און שטאט און האט געהאט ספעציעלע אפטיילונגן אין יעדע איינציגע רעגירונג אפיס און אין יעדע איינציגע ביזנעס. קיינער האט זיך נישט געקענט באהאלטן פון די גרויסע אויערן פון די טויזענטער אגענטן וועלכע האבן זיך געדרייט אונטער די פיס 24 שטונדן א טאג. די אקטיוויטעטן, סיסטעם פון אפעראציע, און די צאל פון אגענטן איז פארבליבן אין געהיימניס. די מערב לענדער שאצן אז די אגענטור האט פארמאגט צווישן 400,000 און 700,000 אגענטן אין די 70'גער און 80'גער יארן.


די קא־גע־בע'ס אפשטאם איז דאטירט צו דעצעמבער 1917 ווען די ערשטע סאוויעט פאליציי קראפט איז געגרינדעט געווארן אונטער די פירערשאפט פון דער דעמאלטדיגער פרעזידענט פעליק דערעהינזקי. די אגענטור האט דעמאלט געהייסן די וועטשעקא. אין 1923 האט זיך דער נאמען געטוישט צו די דזשי.פי.יו. און באלד דערויף צו אוי.דזשי.פי.יו. אין 934' האט די סאוויעט פירערשאפט רעפארמירט די אגענטור און איר א נאמען געגעבן די ען.קעי.ווי.די. פון דארט און ווייטער האבן זיך נעמען געטוישט יעדע עטליכע יאר ביז עס איז אפיציעל געבליבן פאר א לענגערע צייט מיט'ן נאמען עם.די.ווי. אונטער די פירערשאפט פון זשאזעף סטאלין. ווען סטאלין איז געשטארבן אין 1954 האט די סאוויעט פירערשאפט נאכאמאל איבערגעטוישט אסאך טיילן פון די רעגירונג און די קא־גע־בע איז געגרינדעט געווארן, באקומענדיג מער מאכט און רעכטן און אויך דאפעלט אגענטורן. די קא־גע־בע'ס הויפט פונקט איז געווען צו טעריראזירן יעדן מענטש אויף וועמען מען האט געשמעקט אז ער איז נישט 100 פראצענט לאיאל צו די קאמוניסטישע פארטיי. די קא־גע־בע האט געהאט שרעקליכע טורמעס און האט באהאנדלט זייערע ארעסטאנטן מיט א שרעקליכע אכזריות (הונדערטער אידן זענען נעבעך געפייניגט געווארן דורך די קא־גע־בע בלויז פאר'ן האלטן אידישקייט, וועלכע איז געווען פארבאטן אין די סאוויעט פארבאנד. הי"ד). מענטשן אין רוסלאנד האבן נישט געקענט זאגן קיין מיינונגען און אפילו קרומען מיט די נאז אויף פאליסיס וואס זייער קאמוניסטישע רעגירונג האט אנגעהאלטן. ווער עס האט פרובירט עפענען א מויל איז באלד ארעסטירט געווארן דורך די קא־גע־בע וועלכע האבן אים אויסגעפייניגט ביז'ן טויט ער זאל ארויסגעבן ווער נאך עס האלט אזוי ווי אים. טייל מענטשן האבן אנגעוויזן אויף אומשולדיגע מענטשן, וועלנדיג זיך ארויסדרייען פון די שווערע פיינונגען. די עקלהאפטיגע אויפירונג פון די קא־גע־בע האט אזוי אנגעהאלטן ביז אין די 80'גער יארן ווען דער דעמאלטדיגער פירער מיכאיל גורבאטשאוו האט איינגעשטעלט נייע רעפארמען און באפוילן די קא־גע־בע נאכצוזאלן פון אירע פאליסיס און אקטיוויטעטן. ווען די יו.עס.עס.אר. איז צוזאמענגעפאלן האבן רוב רוסן פארלאנגט אויפצולעזן די קא־גע־בע און אויפשטעלן א נייע אגענטור ענליך ווי אין די פרייע לענדער. פרעזידענט יעלצין האט טאקע אזוי געטאן און אויפגעשטעלט פינף נייע אגענטורן אנשטאט די קא־גע־בע.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: קא גע בע