לדלג לתוכן

קורס (פינאנץ)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון קורס)

אין פינאנץ איז דער קורס, (אדער די פֿארעקס ראַטע אדער די FX ראַטע) צווישן צוויי וואלוטעס ספעציפֿירט וויפיל איז ווערט איין וואלוטע אין באציאונגען צו דער צווייטער. למשל א קורס פון 1.75 אמעריקאנער דאלארן (USD, $) צום בריטישן פונט (GBP, £) באדייט אז $1.75 איז ווערט £1. דער אויסלענדישער חילוף מארק איז פון די גרעסטע מארקן אין דער וועלט. אנדער האלטן אז ארום 3.2 טריליאן USD ווערט פון וואלוטע ווערט געטוישט טאג טעגליך.

פאפולערע וואלוטעס ווערן געהאנדעלט אויף אן עלעקטראנישן מארק און די קורסן גייען אין פארן וואס טייטש אז צו וויסן דער פרייז פון איין וואלוטע מוז מען דאס מעסטן קעגן א צווייטע וואלוטע.

קורסן אמאל און היינט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אמאל זענען אלע וואלוטעס געווען געבויט אויף עכטע גאלד וואס טייטש אז יעדע פאפירענע באנקנאטע איז געווען א נאטע פון די באנק איבער די ווערט פון א געוויסע צאל גאלד וועלכע איז געהאלטן געווארן דורך דער רעגירונג. בעפאר די צווייטע וועלט קריג האבן די עקאנאמיסטן באשטימט דעם אמעריקאנער דאלאר צו א געוויסע ווערט דורך באשטימען אז איין אנס גאלד איז ווערט $35 דאלאר. נאך די קריג האבן אנדערע לענדער אנגעהויבן מעסטן זייערע געלטער קעגן דעם אמעריקאנער דאלאר ווייל נאר דער אמעריקאנער דאלאר האט געהאט א באשטימטע ווערט און יעדער האט זיך געמאסטן קעגן דעם. פארשטייט זיך אז א וואלוטע וואס איז ווערט געווען מער גאלד ווי אן אמעריקאנער דאלאר איז טאקע ווערט געווען צום בייפשיל 1.6 אמעריקאנער דאלאר.

מיט דער צייט האט דער אמעריקאנער דאלאר פארלוירן זיין ווערט ווייל עס איז צופיל צעשפרייט געווארן אין די צירקולאציע, אנדערע וואלוטעס זענען געווארן שטארק און סטאביל, און די אינפלאציע ראטעס זענען געשטיגן. דאס האט געצווינגן צו הייבן די קאסט פון אן אנס גאלד וועלכע איז ארויף צו $70 וואס מיינט אז דער דאלאר וועלכע איז געווען געמאסטן קעגן דעם איז געפאלן צו האלב איר ווערט.

דער פראבלעם איז ווידער צושטאנד געקומען יארן שפעטער און אין 1971 האבן די קעפ שטיק אין די פעדעראלע רעזערוו באשלאסן אז עס איז צייט אפצולאזן די אזויגערופענע גאלד סטאנדארט און זייט דעמאלט ווערט מער נישט דער דאלאר געמאסטן לויט די ווערט פון גאלד.

כדי צו קענען מעסטן איין וואלוטע קעגן די אנדערע דארף מען האבן איין הויפט וואלוטע צו וועלכע יעדער זאל זיך מעסטן און וויבאלד דער אמעריקאנער דאלאר איז רוב מאל געווען די שטערקסטע איז אזוי סיסטעמירט געווארן אז אלע וואלוטעס מעסטן זיך קעגן דעם אמעריקאנער דאלאר. אויב מען זאל צוזאמענרעכנען די ווערט פון אלע געלטער וואס איז פאראן אויף די וועלט וועט אויסקומען אז אמעריקאנער וואלוטע אינאיינעם מיט די איירא פארנעמען מער פון 50 פראצענט פון דעם סך הכל ווערט. אויב מען זאל צורעכענען דעם בריטישן פונט, קאנאדישן דאלאר, אויסטראלישן דאלאר, און יאפאנעזער יען וועלן אלע אינאיינעם באטרעפן 80 פראצענט פון דער וועלט'ס געלט.


עס זענען פאראן צוויי וועגן וויאזוי וואלוטעס ווערן געמאסטן אין קורסן, דער ערשטער ווערט אנגערופן די שווימנדיגע וואלוטע און דער צווייטער די באשטימטע ראטע.

די שווימנדיגע ראטע איז טייטש אז די ווערט פון איין וואלוטע ווערט געמאסטן לויט די ווערט פון אנדערע וואלוטעס. אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז די וואלוטע באקומט איר ווערט לויט וויאזוי מענטשן קוקן עס אן און דורך די סופליי און פארלאנג וועלכע קומט פון אויסערן אינוועסטמענטס, אימפארט עקספארט, אינפלאציע, און נאך עטליכע פאקטארן.

רוב לענדער מיט שטארקע וואלוטעס נוצן אויסשליסליך נאר דעם סיסטעם צו מעסטן זייער וואלוטע, אריינגערעכנט אמעריקע, דאס פאראייניגטע קעניגרייך, און קאנאדע. לויט די עקספערטן איז דאס דער פונקטליכסטע וועג וויאזוי צו מעסטן וואלוטע ווייל די מארקעט זאגט אויטאמאטיש די ריכטיגע ווערט פון יעדע וואלוטע יעדע מינוט אין טאג.

קלענערע וואלוטעס ארבעטן אבער נישט אזוי ווייל זיי וואלטן גארנישט ווערט געווען און וואלטן געפאלן קרבנות צו די שטארקע וואלוטעס. אנשטאט וועלן די רעגירונגן באשטימען די ווערט פון זייערע וואלוטעס געווענליך קעגן דעם אמעריקאנער דאלאר און די באשטימטע ראטעס בלייבן אזוי לאנג ווי זיי טוישן דאס נישט נאכאמאל, א זאך וועלכע זיי טוען נישט יעדן טאג.

אין אזא סיסטעם דארפן די רעגירונגען האלטן אוועקגעלייגט אסאך געלט אין די בענק אין פאל עס מאכט זיך אמאל א שטערקערע פארלאנג פאר איר וואלוטע. אויב דאס געלט איז נישט גרייט וועט דאס שאפן א גרויסע פראבלעם וועלכע וועט האבן גאר א שלעכטע עפעקט אויף א לענגערע טערמין.

אפילו ווען א רעגירונג באשטימט זיך איר אייגענע וואלוטע ווערט איז נאך אלץ פאראן א מארק ווערט וועלכע קען אמאל זיין פיל אנדערש ווי די באשטימטע ווערט וועלכע די רעגירוג האט ארויפגעלייגט. אין אזא פאל ווערט געבוירן א שווארצע מארק פאר די וואלוטע ווען אינוועסטירער קויפן איין לויט די מארקעט ווערט און איגנארירן די באשטימטע ווערט פון די רעגירונגן. שפעטער ווען די רעגירונג טוישט איר באשטימטע ווערט וועלן די אינוועסטירער פארלירן אדער פארדינען. אבער געווענליך פאסירט דאס נישט פאר צו לאנג ווייל די עקאנאמיסטן פון יעדע לאנד באטראכטן די מארקעט און באשטימען זייער דאלאר ווען עס פעלט זיך אויס.

קיין איין לאנד ארבעט נישט 100 פראצענט אויף איינע פון די צוויי וועגן ווייל עס זענען פאראן פילע אנדערע זאכן וועלכע האבן אן עפעקט אויף די וואלוטע און מען דאס נישט קאנטראלירן וואו שטייערן שניטן, טוישן די אינטערעסט ראטעס, אימפארט טעריפס, און נאך זאכן קענען גרינג האבן אן עפעקט אויף די וואלוטע אפילו די עכטע ווערט שווימט אויפן מארק.

יעדעס מאל איר טוישט געלט נעמט איר אליינס א טייל אין באשטימען די ווערט פון וואלוטעס ווייל די שווימנדיגע מארק ווערט איז כמעט נאר געוואנדן אויף די מענטשן וועלכע טוישן געלט אהין און צוריק און באשטימען די ווערט אויטאמאטיש.


ס'קען זיך מאכן אז א וואלוטע פארלירט איר ווערט וועגן ספעקולאציע קעגן דער וואלוטע. דער צענטראלבאנק קען אויפהייבן די צינזן צו פארשטארקן די וואלוטע אבער דאס איז נישט גאראנטירט צו האבן דערפאלג.