קאספישער ים
דער קאספישער ים (אדער דער כאזאר ים) איז דער גרעסטער ארומגעצאמטער קערפער פון וואסער אויף דער וועלט לפי זיין שטח, וואס מ'קען קלאסיפיצירן אלס דער וועלט'ס גרעסטע אזערע אדער אן עכטער ים[1][2]. ער האט אן אייבערפֿלאך שטח פון 371,000 קוואדראט ק"מ און א פֿארנעם פון 78,200 קובישער ק"מ.[3]. ער איז א פארמאכטער קערפער פון וואסער (אן קיין שום ארויספֿלייץ), און ליגט צווישן די דרומדיקע ראיאנען פון דער רוסישער פֿעדעראציע און צפון איראן. זיין גרעסטע טיף איז בערך 1025 מעטער.
די אוראלטע ברעג איינוואוינערס האבן אים געהאלטן פאר א ים ווייל ער איז זאלציג און זעט אויס אומבאגרענעצט (מים שאין להם סוף). זיין זאלציקייט איז בערך 1.2%, א דריטל פון דער זאלציקייט פון רוב ים וואסער.
געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער קאספישער ים געפינט זיך צווישן די לענדער: רוסלאנד, אזערביידזשאן, איראן, טורקמעניסטאן און קאזאכסטאן. ער איז צעטיילט אין דריי טיילן: צפון, מיטל און דרום קאספישער ים[4].
די טיילונגען צווישן די ראיאנען זענען שארף. דער צפון קאספישער ים אנטהאלט נאר די פלאטשיקע קאספישער פאליצע[5], וואס האט נישט אפילו איין פראצענט פונעם וואסער מיט א דורכשניט טיף פון פינף ביז זעקס מעטער. ביז דעם מיטלער קאספישן ים איז שוין אסאך טיפער מיט א דורכשניט פון 190 מעטער, און אנטהאלט 33 פראצענט פון דעם גאנצן פֿארנעם[6]. דער דרום קאספישער ים איז דער טיפֿסטער חלק, טיפֿער פֿון 1000 מעטער, און אנטהאלט 66 פראצענט פונעם פארנעם[4]. דער צפון קאספישער ים ווערט פארפרוירן אין ווינטער; נאר אין א גאר קאלטער ווינטער שאפט זיך אייז אינעם דרום טייל.
מער ווי 130 טייכן האבן אן אריינפֿלייץ אינעם ים, און דער גרעסטער איז דער וואלגע טייך. דער ים האט אויך עטלעכע קליינע אינזלען, בעיקר אינעם צפון מיט א שטח יבשה פון בערך 2000 קוואדראט ק"מ. ביים מערב בארטן זענען דא די קאווקאז בערג.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ קאספישער ים» אלגעמיינער הינטערגרונט. CaspianEnvironment.org. דערגרייכט דעם 2007-05-25.
- ↑ ESA: Observing the Earth - Earth from Space: The southern Caspian Sea. ESA.int. דערגרייכט דעם 2007-05-25.
- ↑ Lake Profile: Caspian Sea. LakeNet.
- ↑ a b Amirahmadi, Hooshang. The Caspian Region at a Crossroad: Challenges of a New Frontier of Energy and Development (Hardcover). Page 112. St. Martin's Press. Accessed 28-01-2008.
- ↑ Kostianoy, Andrey and Aleksey N. Kosarev. The Caspian Sea Environment (Hardcover). Springer. Accessed 28-01-2008.
- ↑ Dumont, Henri J. et al. Aquatic Invasions in the Black, Caspian, and Mediterranean Seas (Nato Science Series). Kluwer Academic Publishers. Accessed 28-01-2008.