צען מכות

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון צעהן מכות)

די צען מכות באצייכנט א סעריע פון קאטאסטראפעס וואס האט לויט די תורה (אין ספר שמות) פאסירט אין די 13טע י"ה פארן ציילן אויף די מצרים.

דם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דם אלע וואסערן זענען געווארן בלוט, אבער פאר די אידן איז געווען וואסער, די אידן זענען געווארן זייער רייך, ווייל אויב א גוי האט באצאלט געלט האט ער געקענט באקומען וואסער.


צפרדע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צפרדע ס'איז ארויסגעקומען א גרויסע פראש פון טייך נילוס, די מצריים האבן עס געשלאגן און ס'איז ארויס מער און מער פרעש.


כינים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

כינים די 3'טע מכה איז געווען כינים - לייז, די לייז זענען געקראכן אויף די גאנצע קערפער, עס האט זייער שטארק געקראצט.

ערוב[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ערוב עס זענען געקומען ווילדע חיות פון וואלד, און האבן אויפגעגעסן די מצריים, די אידישע קינדער האבן זיך געקענט שפילן מיט די חיות.


דבר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דבר די מצריים האבן געוויינט אז זייערע בהמות זענען אויסגעשטארבן, די בהמות זענען געווען די עבודה זרה פון די מצריים.

שחין[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שחין משה רבינו האט ארויפגעווארפן אש צום הימל און ס'איז אראפגעפאלן שחין-בלאטערן.

ברד[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ברד ס'איז געפאלן האגעל אין מצרים, עס האט פארברענט די ביימער און אויך די מענטשן וואס זענען געווען אינדרויסן.


ארבה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ארבה עס איז געקומען היישעריק איבער גאנץ לאנד מצרים, די היישעריקן האבן אויפגעגעסן אלע שפייז.

חושך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

חושך עס איז געווארן פינסטער אין גאנץ לאנד מצרים, אבער ביי די אידן איז געווען ליכטיג.

מכת בכורות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מכת בכורות דער אייבערשטער האט איבערגעהיפט די אידישע הייזער, אבער ביי די גוי'אישע הייזער האט דער אייבערשטער אויסגע'הרג'ט אלע בכורים.