לדלג לתוכן

נשמה

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ספיריט)

דער הימלישער זעהל אינעם מענטש ווערט גערופן נשמה.

נשמה איז טייטש אטעם, אבער עס איז נישט קיין פיזישער גליד אדער ארגאן אינעם מענטש. עס איז א ספריטואלער באשטאנדטייל.

שבת קודש ווייסן מיר, באקומט יעדער איד (ווער ס'איז זוכה) א נשמה יתירה. וואס דאס איז גענוי, איז אומבאוואוסט, פינקט ווי די דער ארגינלעע נשמה איז פארהוילן, איז די נשמה יתירה אויך פארהוילן.

די נשמה אין דער גוי'ישער וועלט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

טראצדעם וואס מיטן פיזישן אויג, זעט מען נישט קיין נשמה, און מ'קען איר נישט טאפן אדער שפירן פיזיש, איז דאך פאראן ביי פראפעסארן, דאקטוירים, און מעדיצינישע וויסנשאפטלער די אלוועלטליכע אנגענומענע דאגמע פון נשמה, וואס איז א העכערער גייסט וואס רוהט אינעם מענטש. און כל זמן דער מענטש האט דעם גייסט לעבט ער, און ווען ער פארלאזט אים, שטארבט ער.

פארשידענע מיני נשמות

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויף א גאר ערליכן מענטש, דרוקט מען זיך אויס: ער האט א הייליגע נשמה. אויף א פארפוילטן קערל, דרוקט מען זיך אויס, ער האט א פארדארבענע נשמה. חסידישע רביים זאגן נאך פון בעל שם טוב אז יעדן טאג באקומט דער מענטש א נייע נשמה. לויט ווי ער האט זיך אויפגעפירט נעכטן (וועמענס און צי וואס?).