לדלג לתוכן

שפין

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ספיידער)
א ראַק שפין
א שפין אין צענטער פון זיין געוועב
א שפין הענגט זיך בשעתן שפינען זיין געוועב.

דער שפּין איז א רויבערישער אַרטראפאד (באשעפעניש אן ארוקנביין). זיי זענען בעיקר באקאנט דורך די שפין געוועבאכץ וואס זיי מאכן. עס ווערט געשאצט אז עס איז דא 200,000 זגאלן פון שפינען. בלויז 40,000 זענען שוין דעפינירט און אידענטיפיצירט דורך װיסנשאַפטלער מיט נעמען און פונקטליכע וויסנשאפט וויאזוי זיי לעבן און זייערע פארשידנארטיקע תכונות, פון די זענען בערך 200 זגאלן שעדליך פארן מענטש אויב זיי בייסן.

שפּינען זענען נישט קיין זשוקעס. אלע שפינען האבן פון זיך צוויי דריזן וואס פראדוצירט דינע גאר שטארקע פראטעין פאדעם וואס איז זײד. זיי נוצן דאס צו פאנגען אנדערע בעלי חיים, און אויך צו קריכן דערמיט דרוך זיך הענגן פון איין פלאץ צום אנדערן, צו אויף גראדע ווענט אדער אויף גליטשיקע גראז. זיי נוצן אויך די זײד צו האלטן זייער זרע אדער אייער, און אויך פאר נאכדעם וואס דער בעל חיי איז שוין געפאנגן נעמען זיי אים ארום דערמיט פיל מאל ווי קײטן אױף די הענט מיט דעם זייער גאנצער קערפער ביז יענער ווערט דערשטיקט און טויט.

  • ער האט אכט לאנגע דינע פיס מיט א קליינעם גוף אינדערמיט.
  • ער איז איינגעטיילט אין צוויי חלקים, אן קיין פליגלעך.
  • ער האט נישט קיין מויל צו עסן דורך קייען עס קען נאר זייגן זאפט.

ער לעבט פון פאנגען אלע מיני זשוקעס, אינסעקטן, פליגן שטויב און שמוץ וואס ווערן פארכאפט אין זיין שפין געוועב, און ער לאזט דאס צומאלן ווערן דורך א געוויסער טעכניק ביז זיי ווערן פליסיגקייט דאן קען ער דאס אויסטרונקען.

ווען ער ענדיגט בויען זיין געוועב גייט דאס אוועק זיך אפרוען ערגעץ אנדערשט מיט א דינע שטריק פון זיין געוואכץ פארבינדן ביז צו אים וואס ווען דער שפין שאקלט זיך ווייסט ציעט עס אים דורך די בענדל צו אהין לויפן און דאס פאנגען, נאך איידער עס רייסט זיך אויס.