לדלג לתוכן

C-SPAN

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון סי ספען)

C-SPAN (סי ספּען) איז א טעלעוויזיע קאנאל וואס גיט זיך אפ רעקארדירן און ווייזן אלע זאכן וואס עס קומט אן אין קאנגרעס, סיי אין סענאט הויז און סיי אינעם קאנגרעס הויז, עס ברענגט אויך ארויף אסאך מאל ווי אזוי גאווערנערס און סענאטערן רעדן צום פאלק אבער דעבאטירן צווישן זיך וויאזוי צו פירן דאס לאנד.

מען קען דארט זעהן 24 שעה א טאג פון די אויבעדערמאנטע זאכן, אסאך מאל זעט מען עס "לעבעדיג" ווען עס פאסירט, און אסאך מאל איז עס א רעקארדירטע טייפ, וואס עס האט פאסירט פריער.

מען קען דארט זעהן ווי אזוי דער סענאט און קאנגערעס הויז פונקצאנירט, ווי אזוי זיי פירן זיך אויף לויט די געזעצען פונעם אמעריקאנער סיסטעם. אויך זעהט מען דארט ווען די סענעטארן פרעגן אויס מענטשן און וויכטיגע לייט וואס דער קאנגרעס וויל וויסן פאר זיי שטימען אויף א געוויסע זאך, צום ביישפיל פאר מען שטימט אויף די געלד פונעם קריג, וועט דער קאנגרעס רופן גענעראלן און מלחמה פירער פונעם אמעריקאנער מלחמה קאמאנד און זיי אויספרעגן ווי אזוי די מלחמה גייט, ווען עס מאכט זיך א סקאנדאל און מען רופט אראפ איינער וואס איז פארמישט אין דעם, צו מען פרעגט אויס א ריכטער וואס גייט באשטימט ווערן צו א ריכטער אמט, דאס אלעס קען מען זעהן לעבעדיג אויף סי ספען.