לדלג לתוכן

סי-פי-אר

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון סי.פי.אר.)
בילד וויאזוי מען מאכט סי-פי-אר

סי-פי-אר (אױפֿלעב) איז א מעטאד צו ראטעווען א מענטש אין חלשות און איז אנגענומען צווישן דאקטוירים איבער דער גאנצער וועלט.

קארדיאפולמאנערי ארעסט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קארדיאפולמאנערי ארעסט מיינט אז דאס הארץ (קארדיא) און לונגען (פולמאנערי) ארבעטן נישט. דאס קען גרינג באמערקט ווערן ווען דער ברוסט קאסטן פון דעם מענטש גייט נישט ארויף און אראפ וואס מיינט אז זיינע לונגן ארבעטן נישט (ה"י). עס זענען פאראן עטליכע זאכן וואס קענען פירן צו א קארדיאפולמאנערי ארעסט זיי זענען: א סטראק, צופיל דראגס, א הארץ אטאקע, דערטרונקען, דערשטיקונג, בלוט פארגיסונג, עלעקטריק שאק, און קארבאן מאנאקסיד פארגיפטונג. לאמיר נעמען א ביישפיל א הארץ אטאקע וואס מען הערט ליידער אסאך. א הארץ אטאקע קען שעדיגן די הארץ מוסקעלן וואס מיינט אז דער מענטש הערט אויף אטעמען און פאלט אריין אין א קארדיאפולמאנערי ארעסט. די הארץ פארמאגט גרויסע און שטארקע מוסקעלן וועלכע זענען די נאטורליכע פעיסמעיקער צו די הארץ און מאכט דאס פאמפן. מיט יעדע פאמפ מאכט די הארץ א דעליווערי פון בלוט מיט אקסיגן וועלכע צירקולירט צו די גאנצע קערפער. אויב די הארץ קלאפט נישט נארמאל איז טיישט אז דער קערפער באקומט נישט גענוג בלוט און אקסיגן און די ארגאנען קענען מער נישט ארבעטן ווייל עס באקומט נישט קיין ענערגיע. גענוי דאס איז א קארדיאפולמאנערי ארעסט. איינמאל א מענטש איז אין א קארדיאפולמאנערי ארעסט וועט נעמען צווישן 4 און 6 מינוט ביז דאס וועט אנהייבן בארירן דעם מוח וואס מיינט אז צעלן אין די מוח וועלן אנהייבן אויסשטארבן איינע נאך די אנדערע (ה"י) און מיט יעדע מינוט וועט דאס ווערן ערגער און ערגער און רוב מענטשן קענען נישט איבערלעבן אזא סיטואציע מער ווי עטליכע מינוט.


די יסודות פון סי-פי-אר

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סי-פי-אר איז דער ערשטער טעכניק וועלכע קען געטאן ווערן אין א קארדיאפולמאנערי ארעסט פאל און איז פון די יסודות פון פורסט עיד. דער טעכניק האלט דעם מענטש ביים לעבן און פארמיידט די מוח זאל געשעדיגט ווערן ביז ווילאנג עמוירדזשענסי הילף קומט אן. דער סי-פי-אר טעכניק האט צוויי צילן: צו העלפן די בלוט צירקולירן אינעם קערפער און אריינברענגן און ארויסטראגן לופט פון די לונגן. אין די אמבולאנסן און אין די שפיטעלער איז פאראן פארשידענע טעכנאלאגישע געצייג און מעדיצין וועלכע קען העלפן א מענטש אין קארדיאפולמאנערי ארעסט. סי-פי-אר איז א טעכניק וועלכע פארלאנגט נישט קיין שום געצייג און יעדער וואס ווייסט וויאזוי מען טוט דאס קען דאס טאן און ראטעווען מענטשן. צו מאכן סי-פי-אר דארף מען טאן צוויי זאכן: אריינבלאזן לופט אין דעם באוואוסטלאזן מענטש פון מויל צו מויל און דרוקן אינדערמיטן פון זיין ברוסט קאסטן. דאס אריינבלאזן לופט טראגט בעל כרחך אריין אקסיגן אין יענעמ'ס קערפער וואס מיינט אז עס גייט גלייך אריין אין די לונגן און מיטן דרוקן אויפ'ן ברוסטקאסטן מאכט מען די אקסיגן און דאס בלוט צירקולירן. דער כלל איז שטענדיג מען זאל ערשט רופן הצלה אדער 911 און דערנאך פרובירן העלפן דעם מענטש כדי די הילף זאל קענען אנקומען אינדערצווישן. אויב מען ווייסט נישט וויאזוי דאס צו מאכן איז בעסער אז מען טוט גארנישט וויל מען קען ערגער מאכן דעם מצב. (זע דעם אויסצייכענונג פון די 5 טריט צו מאכן סי-פי-אר און דאן ליינט ווייטער). עס קלינגט זייער פשוט אבער פון ליינען עטליכע שורות איז מען נאכנישט פעאיג דאס צו טאן וויבאלד עס איז מער קאמפליצירט פון דעם. ווען מען טוט סי-פי-אר דארף מען דאס טאן זייער אויסגערעכנט וויבאלד מען דארף מיט דעם נאכטאן דאס זעלבע וואס די הארץ וואלט געטאן סעקונדע ביי סעקונדע. נאך א וויכטיגע כלל צו וויסן וועגן סי-פי-אר איז אז מען דארף זיכער מאכן אז דער מענטש איז טאקע אין א קארדיאפולמאנערי ארעסט. פיל מאל מאכט זיך אז איינער פאלט אנידער באוואסטלאז אבער דאס איז נאר פאר עטליכע מאמענטן. ערשט דארף מען רופן יענעם ביים נאמען, געבן א קלאפ, אדער שאקלן זיין קערפער וואס העלפט פיל מאל. אויב יענער רעאגירט נישט דארף מען זען צו ער אטעמט דורך באטראכן זיין ברוסטקאסטן צי עס פאמפט אדער נישט. אויב נישט איז צייט צו טאן סי-פי-אר נאר נאכדעם וואס מען האט גערופן הילף. סי-פי-אר אויף א מענטש וועלכער איז נישט אין קארדיאפולמאנערי ארעסט קען שטארק וויי טאן.


א גרינגער סימן צו סי-פי-אר איז די ערשטע דריי ענגלישע בוכשטאבן: עי. בי. און סי. עי. איז פאר דאס ווארט עירוועי. די ערשטע זאך וואס מען דארף טאן איז לייגן דעם מענטש אויפ'ן רוקן מיט'ן קאפ אויף צוריק און זיכער מאכן אז גארנישט בלאקירט נישט זיין מויל. אויב א מענטש איז דערשטוקט קען מען אמאל גרינג ארויסשלעפן דעם שטיקל דורך א קלאפ און רוקן בייגנדיג דעם מענטש אויף אראפ. ווען א מענטש פאלט אוועק פאסירט אפט אז די צונג זעצט זיך קעגן זיין לופט רער און בלאקירט דאס און ער קען נישט אטעמען. בעפאר מען טוט סי-פי-אר ברויך מען לייגן דעם מענטש אויפ'ן רוקן און בייגן זיין קאפ אויף צוריק און דערנאך זיין גאמבע (טשין) ביז די ציינער רירן זיך כעמט אן איינע די אנדערע און די מויל בלייבט אביסל אפען. דאס רוקט די צינג אין א זייט און לאזט דורך די לופט ווען מען מאכט סי-פי-אר. אמאל מאכט זיך אז מיט דעם טריט לעזט מען דעם גאנצן פראבלעם און יענער הייבט אן אטעמען. אויב נישט דארף מען גיין א טריט ווייטער. בי. איז פאר בריטינג (אטעמען). די ארבעט פון די לונגן איז אויפצונעמען די לופט וועלכע קומט אריין און אוועקנעמען די קארבאן די אקסייד און ארייננעמן די אקסיגן. די מוסקלן אין דעם ברוסטקאסטן עפענען דעם ברוסטקאסטן צו ערלויבן די לונגן זיך אויפצובלאזן און ארייננעמן לופט און דערנאך ציט זיך עס צוריק איין און די לופט קומט צוריק ארויס. ווען א מענטש איז באוואוסלאז איז זיין ברוסטקאסטן נאכגעלאזט און די לונגן זענען ליידיג פון לופט. ווען מען הייבט אן צו בלאזן אריין אין יענעמס מויל דארף מען שטארק בלאזן פאר עטליכע סעקונדן ווייל די לופט וועלכע קומט אריין דארף קומען מיט גענוג א שטארקע קראפט צו קענען פארשפרייטן די ברוסטקאסטן און לאזן די לונגן זיך אויפבלאזן. וויבאלד דער מענטש ליגט אויפ'ן רוקן מיט די קאפ אויף צוריק גייט די לופט אויטאמאטיש אריין אין די לונגן. ווען מען נעמט אוועק די מויל פון יענעמ'ס מויל וועט די לופט צוריק ארויסקומען ווייל די ברוסטקאסטן וועט צוריק איינפאלן און אראפקוועטשן די לונגן וועלכע וועט צוריק ארויסבלאזן וואס עס האט אריינבאקומען. צומאל הייבט דער מענטש אן אטעמען נאך דעם שריט און מען דארף מער נישט גיין ווייטער. אויב דער מענטש אטעמט נישט דארף מען זען אויב זיינע פולס פונקציאנירן. אויב יא איז א גוטע סימן און מען דארף נאר איבער טאן דאס אריינבלאזן לופט ביז ווילאנג הילף קומט אן. אויב ער האט נישט קיין פולס דארף מען גיין צו דער דריטער טריט. סי. איז פאר סורקעלעישן (ציקולאציע). מיטן טאן טריט נומער צוויי האט מען איבערגענומען די לונגן און אנשטאט איר אריינגעבלאזן לופט אין דעם מענטש. אויב דער מענטש אטעמט נאך אלץ נישט, וואס מיינט אז זיין הארץ פאמפט נישט, איז די לופט גארנישט ווערט ווייל עס בלייבט אויף איין פלאץ אין צירקולירט נישט דעם קערפער. אין אזא פאל דארף מען איבערנעמען א צווייטער ארגאן וועלכע איז די הארץ. איבערנעמען די הארץ קלינגט שרעקעדיג אבער עס איז זייער א גרינגע זאך צו טאן אויב מען ווייסט וויאזוי. עס פעלט אויס נאר צוויי הענט און אביסל כוח. מען דארף גיין אויף די קניען און לייגן די עק פון די הענט איינע אויף די אנדערע און ארויף אויף דעם מענטשנ'ס ברוסטקאסטן א צענטימעטער אוועק פון דעם עק פון דעם ביין און מיט די וואג פון די אייגענע קערפער דארף מען אריינדרוקן צוויי אינטשעס און דאס האלטן פאר א האלבע סעקונדע און צוריק ארויף. אזוי דארף מען איבערטאן נאך 14 מאל. ווען מען איז פארטיג בלאזט מען נאכאמאל אריין לופט אין דעם מענטש און מען מאכט איבער דעם שפיל נאכאמאל און נאכאמאל ביז הילף קומט אן אדער ביז דער מענטש הייבט אן אטעמען. מיט יעדע קוועטש וואס מען גיט דרוקט מען אויף די הארץ וועלכע ווערט צונויפגעדרוקט צווישן די ברוסטקאסטן און די רוקן ביין און דאס בלוט פון הארץ רינט ארויס צו די אנדערע טיילן פון דעם קערפער און גרייכט ביז'ן מוח.


די רעטונג'ס ראלע פון סי-פי-אר

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סי-פי-אר איז א טעכניק וועלכע מען פרובירט אין יעדע קארדיאפולמאנערי ארעסט פאל אבער נאר 4 פראצענט פון אזעלכע פעלער ווערן געראטעוועט פון דעם פשוט'ן טעכניק. מיט סי-פי-אר קען מען נאר דורכפירן וואס די הארץ וואלט געטאן צווישן 10 און 30 פראצענט און נישט אין יעדע פאל העלפט דאס. אויסערדעם זענען צוויי דריטל קארדיאפולמאנערי ארעסט פעלער מער ערנסט אין וועלכע די הארץ פאמפט צו שנעל אן א סדר וואס ווערט אנגערופן ווענטריקולאר פיברילעישן. אין אזא פאל קען סי-פי-אר גארנישט העלפן. און מען מוז האבן א דיפיברילעיטאר וועלכע שאקט דעם מענשט פון וועלכע די הארץ הערט אויף ארבעטן פאר א סעקונדע און דאס גוט א שאנס עס זאל צוריק גיין אין דער נארמאלער סדר ווען עס הייבט צוריק אן פאמפן. כאטש סי-פי-אר איז דער איינציגער לעזונג נאר צו 4 פראצענט פון קארדיאפולמאנערי ארעסטס איז עס אבער א סטאנדארטע פראדעצור וועלכע מען נוצט אין יעדע אזא פאל וויבאלד עס פארלאנגט נישט קיין געצייג אדער מאשינען און עס קען ראטעוון מענטשן. אויב א באוואוסלאזער מענטש באקומט סי-פי-אר ביז 4 מינוט האט ער בערך א 45 פראצענט שאנס צו בלייבן לעבן. ווי מיר האבן פריער דערמאנט איז מען נאך נישט גרייט צו טאן סי-פי-אר אפילו מען פארשטייט דאס גוט. מען מוז גיין זיך דאס אויסלערנען וואו מען באקומט מער אינסטרוקציעס אין דעטאל און מען קען דאס אליינס אויספרובירן אויב מען טוט דאס גוט אויף א ספעציעלע פאלשע מענטש (דאמי). סי-פי-אר ווערט אנדערש געטאן צו א קינד און אויב איינער קען דאס טאן אויף אן ערוואקסענער קען ער דאס נאך נישט טאן אויף א קינד. (א קינד'ס הארץ פאמפט שנעלער ווי אן ערוואקסענער. אין פאקט איז פאראן א סי-פי-אר פראדעצור פאר קינדער צווישן 12 מאנאטן און 8 יאר און א באזונדערע פראצעדור פאר קינדער אונטער 12 מאנאטן).


סי-פי-אר איז אנטוויקעלט געווארן דורך דעם אמעריקאנער דאקטאר נאמען פיטער סאפאר אין די 950' יארן און דאס איז אנטפלעקט געווארן צו דער וועלט אין א בוך וועלכע דער סאפאר האט געשריבן אין 957'. אין אנפאנג האבן נאר די אמבולאנס טעכניקער דאס גענוצט און ערשט אין די 970' האט מען דאס אנגעהויבן אויסלערנען פאר די פובליק אלס א גרינגע טעכניק צו ראטעווען מענטשן. די אמעריקען הארץ אסאסיאציע שטודירט דעם טעכניק יעדעס יאר און זי גיט ארויס פרישע דעטאלן צו די דאקטוירים יעדע עטליכע יאר. אין די לעצטע מאנאטן האבן דאקטוירים אנגעהויבן רעדן פון א טויש אין דעם פראדעצור פן סי-פי-אר און זיי פלאנען ארוועקצונעמען די צווייטע טריט פון געבן לופט דורך די מויל (מאוט-טו-מאוט) נאר מען זאל גלייך טאן טריט נומער דריי. זיי ווייזן אן אז אין די צייט וואס מען גיט לופט פארלירט מען גאר וויכטיגע סעקונדעס און דער דריטער טריט, מאכן די בלוט צירקולירן, איז פיל וויכטיגער און אין רוב פעלער פארמאגט נאך דער מענטש אביסל אקסיגן. קומענדיגן נאוועמבער וועלן גרויסע דאקטוירים פון ארום די וועלט אפהאלטן דעבאטעס אויב מען זאל יא אדער נישט טוישן דער סדר פון סי-פי-אר וועלכע איז אנגענומען אין אמעריקע שוין איבער 40 יאר.