יצחק מאיר סאפראנאוויטש
יצחק מאיר סאפראנאוויטש איז אן עסקן אין ירושלים וואס איז טעטיג אין צניעות אנגעלעגנהייטן. ספעציעל ווערט ער קריטיקירט פאר זיינע שריט אנטקעגן די וואס ערלויבן זיך פרייהייט אין סעקסועלע ענינים, און פאר זיינע מערכות זיי צו טעראריזין.
סאפראנאוויטש ווערט באשולדיגט אין זיך ארומנעמען מיט א קרייז פון אנהענגער, פיזישע שטארקע אינגעלייט, וועלכע ער נוצט אויף אנצושרעקן און אכזריות'דיג שלאגן די וואס ער באשולדיגט אין סעקסועלע זינד. זיי זענען באקאנט פאר אויפברעכן טירן אינמיטן דער נאכט מיט שווארצע שטרימפ אויף די פנימ'ער, און אנשלאגן די באשולדיגטע מיט אייזערנע שטעקענעס. זיי זענען שוין עטליכע מאל ארעסטירט געווארן דורך די פאליציי. זייער מיינונג איז אז די אקטיוויטעטן זענען זייער הייליגער פליכט, און זיי ווערן נישט אפגעשראקן פון די ארעסטן.
סאפראנאוויטש אליין האט שוין אויף זיין רעקארד צענדליגע ארעסטן. מען זאגט אז לעצטענס ווערט ער מאדערענעזירט און האנדלט האנט ביי האנט מיט די פאליציי פטור ווערן פון א.ג. "באמעס" דורך זיי אונטערשטעלן נסיונות אז זיי זאלן דורכפאלן מיט די געזעץ און דורכדעם ווערן ארעסטירט.
סאפראנאוויטש איז א גערער חסיד, און אן עסקן אין חינוך, וועלכע האט געדינט יארן לאנג אלס ראש ישיבה אין גערער ישיבה קטנה אין חיפה. גערער חסידים זענען באקאנט פאר זייער באזונדערע דערווייטערונג און אפגעהיטנקייט אנטקעגן סעקסועלע ענינים, א מסורה פון די שטרענגע אנווייזונגען פון זייער רבי, ר' ישראל אלתר, דער "בית ישראל".