לדלג לתוכן

נארמאלע פארטיילונג

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון נאָרמאַלע פֿאַרטײלונג)
פּראָצענטן פֿון אַ נאָרמאַלע פֿאַרטײלונג אַרום דעם דורכשניט לױט דער סטאַנדאַרט־אָפּװײכונג.

די נאָרמאַלע פֿאַרטײלונג אָדער גאַוּס פֿאַרטײלונג (נאָך קאַרל פֿרײַנדריך גאַוּס) איז מסתּמא די װיכטיקסטע פֿאַרטײלונג אין דער באַשרײַבנדיקער סטאַטיסטיק. עס װערט באַװיזן כּמעט אין יעדער סטאַטיסטיק װאָס רעפּרעזענטירט אַ געװיסער דורכשניט פֿון אַ סך װאַריאַבלען, למשל, דער דורכשניטלעכער הױכקײַט פֿון מענטשן אין אַ געװיסער באַפֿעלקערונג פֿאַרטײליקט זיך נאָרמאַל, אד"ג.

אין אַ נאָרמאַלער פֿאַרטײלונג, איז דער דורכשניט, דער מעדיאַן, די מאָדע און די מיטל־װײַטקײַט, פּונקט אין דער מיט, װוּ די סטאַנדאַרט־אָפּװײַכונג באַװײַזט 0, און פֿון בײדע זײַטן פֿאַרטײליקט זיך דער שטח האַפֿטיק און סימעטריש.