לדלג לתוכן

מוסטער רעדן:אינהאלט פאר ערוואקסענע

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מוסטער רעדן:שמוץ)

איך בין מציע בייטן דעם נאמען "שמוץ" צו עפעס אנדערש. ►רוני◄ 12:08, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

פארוואס?

איך האב עס נישט געביטן, נאר באוועגט, און דער .... וואס שרייבט נישט אונטער האט דאס צוריק באוועגט. פון איצט קען עס יעדער רופן אדער שמוץ אדער אינהאלט פאר ערוואקסענע.--דירעקטאר 12:12, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

וואס איז א חילוק ווי אזוי עס הייסט. די האסט עס געגעבן א נאמען מיט דריי ווערטער. עס מאכט סתם שווער. לאז צורו. עס איז גוט אזוי אויך. עס איז סתם א סימן. מען זעהט נישט אז עס שטייט שמוץ ממילא. Beneberaq

סעקס איז נישט שמוץ, דאס איז א מצוה פון פרו ורבו, און א נאטורליכע באדארפעניש. (אפשר מויל סעקס קען זיין שמוץ) ►רוני◄ 12:15, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

ווייטער מאכסט דיר ווי א תמים? זיי מיר אזוי גוט, און פיר דיך ווי א מענטש. וועם איז א חילוק ווי אזוי עס הייסט אין וויקי שפראך? עס איז גרינג צו געדענקן און שרייבן. Beneberaq

איז רוף דאס "פאנאגראפיע", שמוץ איז א נעגאטיווע ווארט, און פאסט נישט צו זיין אין וויקיפעדיע. ►רוני◄ 12:18, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

פארוואס איז דאס ערגער ווי פארנאגראפיע? וואס איז א חילוק? קענסט מיר זאגן פארוואס די שטעלסט דיך אויף אזוינע שטותים? Beneberaq

פארנאגראפיע קען מען דאס נישט רופן ווייל עס איז נישט, שמוץ איז ענדערשטער ווייל לויט די פרומע אויב איינער רעדט פון סעקס אין יידש אנשטאט לשון קודש איז זיין קאפ א שמוציגער ווייל ער האט נישט די מדה פון בושה. סא אויב פארנאגראפיע אדער שמוץ פאסט זיך בעסער שמוץ--דירעקטאר 12:21, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)
אט אזוי. Beneberaq
מאכסט מיר לאכן, וואס איז דער אונטערשייד צו מען שרייבט'ס אויף יידיש צו אויף לשון קודש (קרי עברית)?. ►רוני◄ 12:23, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

אין לשון קודש ווערט עס גענוצט אלץ מיטל פון לערנען תורה און אזוי ווייטער, משא"כ יידיש. פארשטייסט? Beneberaq

איך וועל רעדן גראבער ווייל איך בין מער שמוציג ווי דעם חסידישער גבר אלים וואס שרייבט נישט אונטער זיין נאמען.
עס האט צו טאן אז מען שעמט זיך פון א זאך וואס מען איז אומבאקוועם צו רעדן, צוליב די גרויסע קראפט פון סעקסואלע ציאונג רעדט מען דאס אין א שפארך וואס מען איז ווייניגער גרינג דערין כדי מען זאל נישט צופיל אריינפאלן אין די געפילן בשעתן רעדן. פארשטייט זיך דא איז א אנציקלאפידיע קען מען דאס נישט צענזורירן אבער וויבאלד דו טרעפסט נישט קיין קורצערע נאמען ווי שמוץ נאר פארנאגרפיע וואס דאס האט בכלל נישט קיין שייכות מוז מען לאזן דעם גבר אלים וואס שרייבט נישט אונטער זיין נאמען גערעכט.--דירעקטאר 12:29, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

וואס זאגט איר צו מיין נייעם פלאן צו שרייבן די סארט ארטיקלען אזוי? ►רוני◄ 12:35, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

ביי פה-פרו ורבו בין איך מסכים אבער אנדערע ארטיקלן ווי הלכות נדה וועט אדער אהרן טייטלבוים איז דאס שוין א קלער צו עס האט פשט ווייל אפט מאל איז נאר איין שורה דא א דערמאנונג און נישט די זעלבע סעקסואלע קראפט ווי פה פרו ורבו ארטיקל. אפשר קען מען דאס מאכן 2 דרגות?--דירעקטאר 12:37, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

עס קומט דיר באמת א דאנק פאר די אויפטרעף, איך האלט אז דאס איז זייער א שיינער אויפטו. נאכאמאל, א דאנק.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:37, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

מיט פארגעניגן. ►רוני◄ 15:45, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)