מאנגראווע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מאנגראװע)
מאַנגראָוועס אויפן מאָוטשאַ (?) אינזל

מאַנגראָװע װאַלד איז אַ מין װאַלד װאָס װאַקסט אין הײסע, טראָפּישע סבֿיבֿות, אױפן ברעג ים. די מאַנגראָװע בײמער זײנען אַדאַפּטירט צו װאַקסן אין זײער שװערע באַדינגונגען: זײערע װאָרצלן שטײען אין זאַלץ-װאַסער כמעט די גאַנצע צײַט. אָבער מיט הילף פֿון פֿאַרשײדענע אַדאַפּטאַציִעס, װי זאַלץ-דריזן װאָס ברענגען דעם זאַלץ אַװעק פֿון די פֿלאַנצען, קאָנען די בײמער איבערלעבען. אין מאַנגראָװע-װעלדער עס זײַנען פֿאַראַן אַ סך חיות, װי צום בײַשפּיל פֿײגעלעך, קראַבן און שרצים.