לדלג לתוכן

מוכאמאד

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מאכאמאד)
מוכאמאד
مُحَمَّدُ بْنُ عَبْدِ اللهِ بْنِ عَبْدِ الْمُطَّلِبِ
געבורט 20 אפריל 571
מעקא, סאודי אראביע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 8 יוני 632 (אלט 61) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
ארגינעלער בריוו פון מוכאמאד צו העראקלייאס

מוכאמאד (אראביש: مُحَمَّد, וואס מיינט בארימטער; 570 - 8טן יוני 632) איז דער נאמען פוןנעם גרינדער פון איסלאם וואס ווערט פאררעכנט ביי די מוסלמענער אלס דער לעצטער און חשוב'סטער נביא

ער איז געבוירן אין מעקא כ"ז ניסן ד'ש"ל ; 570 (לויט די סוניס), און געשטארבן י"א סיון ד'שצ"ב ; 632. זיין טאטע איז געשטארבן נאך איידער מוכאמאד איז געבוירן, און זיין מאמע איז געשטארבן ווען מוכאמאד איז געוועזן א קליין קינד, וואס דערפאר איז ער געהאדעוועט געווארן ביי זיין זיידן אַבד-על-מוטלעב (عبد المُطلب) און דערנאך ביי זיין פעטער אבו טאליב (أبو طالب). נאך דעם איז ער געווארן א סוחר.

ווען ער איז געווען 20 יאר אלט האט ער חתונה געהאט צו א רייכן ווייב כעדימע (خَديجة) ווען זי איז געוועזן 40 יאר אלט און זיי האבן געבוירן א טאכטער מיטן נאמען פאטימא.

לויט דער איסלאמישער טראדיציע האט זיך מלאך גבריאל (جبريل) אנטפלעקט צו אים אין יאר ד'ש"ע ווען ער איז געווען 40 יאר אלט. דריי יאר שפעטער האט ער אנגעהויבן דרשנען אז מען דארף דינעם דעם איינציגן גאט.

אין 622 האט ער זיך געצויגן קיין מעדינע.