לדלג לתוכן

יאר

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון יאָר)

א יאר איז א תקופה-צייט וואס די ערד פלאנעט רינגלט ארום דער זון וואס איז אומגעפער 365 טעג. אזוי ווי ס'איז נישט א גענויע צאל מוז מען משלים זיין דאס יאר מיט נאך א טאג, כמעט יעדע פערדע יאר.

דער יידישע קאלענדאר איז באזירט אויף חדשים פון דער לבנה. א פשוט יאר האט 353 אדער 354 אדער 355 טעג, וואס איז נישט גענוג לויטן זון-יאר. דעריבער איז יעדע צוויטע אדער דריטע יאר אן עיבור יאר, דאס הייסט מען איז מוסיף א גאנצן חודש (אדר שני).

אין איראן און אפגאניסטאן ניצט מען דעם פערסישן קאלענדאר, וואס הייבט אן א ניי יאר דעם טאג ווען די פרילינג גלייכנאכט געפאלט אין טעהראן.

אסטראנאמן ניצן דאס "יוליאנישע יאר", דאס איז א תקופה פון 365.25 טעג, וואס יעדער טאג אנהאלט 86,400 סעקונדן. א ליכט יאר ווערט געמאסטן מיט יוליאנישע יארן.

אזוי ווי די אַקס פון דער ערד איז אנגעבייגט, מאכן זיך סעזאנען במשך דעם יאר: פרילינג, זומער (מיט לענגערע טעג און ווארעמען וועטער), הארבסט און ווינטער (מיט קערצערע טעג און קילערן וועטער).