טאנג דינאסטיע
די טאַנג דינאַסטיע (כינעזיש: 唐朝; [tʰɑ̌ŋ tʂʰɑ̌ʊ]) (18טן יוני, 618 – 1טן יוני, 907) איז געווען אן אימפערישע דינאסטיע פון כינע, נאך דער סואי דינאסטיע און פאר דעם פינף דינאסטיעס פעריאד. די טאנג דינאסטיע איז געגרינדער געווארן דורך דער לי (李) משפחה, וואס האבן געכאפט די שליטה ביים אונטערגיין פון דער סואי אימפעריע. במשך פופצן יאר איז די דינאסטיע געווארן אפגעהאקט דורך דער צווייטער זשו דינאסטיע (8טן אקטאבער, 690 – 3טן מערץ, 705) ווען די קייסערינע וואו זעטיאן האט געכאפט די טראן; זי איז געווען די ערשטע און איינציגע קייסערינע וואס האט געהערשט אין כינע.
די הויפטשטאט פון דער טאנג דינאסטיע איז געווען טשאנגאן (היינט קסיאן), דעמאלסט די מערסטע באפעלקערטע שטאט אין דער וועלט.
ביי דער טאנג דינאסטיע איז בודהיזם געווארן א הויפט איינפלוס אויף כינעזישער קולטור.
צוויי פון כינעס מערסטע בארימטע דיכטער האבן געלעבט אין דעם פעריאד, לי ביי און דו פו.