ווירמייזא

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ווירמייזא אדער וויאזוי עס ווערט היינט גערופן ווארמז איז א שטאט אין דייטשלאנד ווי עס האבן געוואוינט די גדולי הראשונים, עס ליגן דארטן באערדיגט דער מהר"ם מרוטנבורג, דער סמיכת חכמים, און דער מהרי"ל און נאך פילע פילע גדולי עולם

ווי די וועלט פארציילט איז רש"י הק' געבוירן געווארן אין דער שטאט, און עס איז נאך דא א בנין וואס מען פארציילט אז ווען רש"י'ס מאמע האט געשוואנגערט מיט אים איז א קייזער אריבערגעפארן דארטן און ער איז איר אנטקעגן געפארן און זי האט זיך צוגעדרוקט צום בנין און ער האט איר נאך אלץ געוואלט אראפקלאפן מיט זיין פיאקער איז געשען א נס און די וואנט האט זיך איינגעבויגן אויף אריין און זי איז דארט אריין און איבערגעלעבט, אנגעבליך ווייסט מען וועלכער בנין עס איז, אזוי אויך אנגעבליך ווייסט מען אין וועלכן הויז רש"י הק' איז געבוירן