לדלג לתוכן

נח"ל בריגאדע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון הנח"ל בריגאדע)

די נח"ל בריגאדע, איז איינע פון די פינף בריגאדעס אין ישראל, פון די פוסגייער קרעפטן אינעם מיליטער.

געגרינדעט אין 1982 ביי דער ערשטער לבנון מלחמה קעגן לבנון, און ביז היינט פארנעמט זי זיך מייסטנס, מיטן זיצן אויפן צפון גרעניץ, וואס איז לבנון, און סיריע, אזוי אויך אינעם מערב ברעג, די נח"ל בריגאדע איז קיינמאל נישט געווען אין דרום, ביים עזה שטרייף גרעניץ, ביזן פארגאנגענע ווינטער, צום ערשטן מאל.

ביי דער צווייטער לבנון מלחמה, איז די נח"ל געווען די ערשטע פיסגייער בריגאדע, אריינצוגיין אין לבנון, און די לעצטע ארויסצוגיין.

ביי דער על אקצא אינטיפאדע האט זי טיילגענומען אין די שלאכטן פון אפעראציע חומת מגן, קעגן די טעראר פון די מערב ברעג, און די פארכאפונגען פון טעראריסטן, ווערט געווענליך געטאן דורך נח"ל זעלנער.

די נח"ל בריגאדע פארמאגט פיר רעגינמענטן, איינס איז די ספעציעלע איינהייט, גדס"ר אדער 934. שחם אדער 931, בזלת אדער 50, גרניט אדער 932, יעדע טייל פון דער ארמיי האט א נומער, און א נאמען, צו אידענטיפיצירן די זעלנער.

אן אויספארשונג האט געוויזן, אז די באזע פון טרענירונגען, פונעם נח"ל, האט צוגעברענגט מענטשן, צו ליידן פון א ביטערער מחלה ל״ע.

אויסער די אויבן דערמאנטע רעגימענטן, איז דער דרוזישער רעגימענט וואס הייסט חרב, אדער 299. זייער סימן איז צוויי שווערדן, אויף א בלויע הונטערגרונט, מיט א מגן דוד אונטער די שווערדן, עס ווערט פארעכנט ווי א טייל פון דער נח"ל בריגאדע.

די בערעט פון דער בריגאדע איז גרין, די שיך רויטלעך ברוין, און זייער סימן א שווערד, און א סערפ.