לדלג לתוכן

חנוך צבי הכהן לעווין

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון הירש העניך הכהן לעווין)
הרב הירש העניך לעווין
קיין פריי בילד
געבורט 1870
ז' כסלו ה'תרל"א רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1935 (אלט 65 בערך)
ו' אדר א' ה'תרצ"ה
בענדין, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אמטן בענדינער רב
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
פון רעכטס צו לינקס: הרב מאיר אלטער, רבי אברהם מרדכי אלטער, הרב חנוך צבי הכהן לעווין, רבי ישראל אלטער

רבי חנוך צבי הכהן לעווין (רבי הירש העניך לעווין; ז' כסלו ה'תרל"א 1870 - ו' אדר א' ה'תרצ"ה, 1935) איז געווען שטאטס רב פון בענדין און פון די פירער פון פוילישן יידנטום פאר דער צווייטער וועלט מלחמה. ער איז געווען אן איידעם פון רבי יהודה אריה לייב אלטער, דער "שפת אמת".


רבי הירש העניך איז געבוירן אין רודא מאלעניץ ז' כסלו תרל"א צו זיין פאטער, רבי פינחס יעקב הכהן לעווין, אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' העניך, חסיד פונעם אלטן קאצקער רבי'ן און מנהיג פון די גערער חסידים אין די יארן תרכ"ו ביז תרל"א, און צו זיין מוטער טעלצא, די טאכטער פון ר' צבי הירש (ליבל) דישקעס פון טאמאשאוו, דעם קאצקער רבי'נס משמש בקודש.‏[1] ער האט באקומען די נעמען פון זיינע צוויי זיידעס. ער איז געהאדעוועט געווארן אין מאלעניץ וואו די אלטע קאצקער-גערער חסידים פלעגן קומען צוגאסט ביי זיין פאטער און זיין זיידן.

  1. ר' פינחס יעקב מיט זיין ווייב מרת טעלצא האבן חתונה געהאט אין קאצק אין תרי"ח. דער קאצקער רבי איז געווען מסדר קידושין. נאך עטלעכע יאר וואוינען אין קאצק האבן זיי זיך געצויגן אין רודא מאלעניץ.