צוקערקרענק
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון דיאַבעט)
דיאבעט אדער צוקער(קרענק) (לאטיין: diabetes mellitus) איז די קראנקייט ווען דער קערפער שאפט נישט קיין אינסולין און עס בלייבט צופיל גלוקאז צוקער אין דעם בלוט.
דאס זענען די נאכווייען פון דער מחלה:
- הארץ קרענק.
- גאנגרענע, וועגן דעם ברויך מען אראפנעמען די פוס, פינגער ביי פינגער צוביסלעך מער און מער.
- די נירן הערן אויף צו ארבעטן.
- היזק צו די אויגן פון וואס מען קען ווערן בלינד.
- שוואכקייט אין די אדערן וואס איז גורם אימפאטענץ.
די וועלט ווייסט אויף צוויי מינים פון צוקערקרענק:
- טיפ 1 צוקערקרענק וואס שטאמט פון א פאנקרעאס וואס שאפט נישט גענוג אינסולין (מערסטנס הייבט זיך אן אין א יונג עלטער).
- טיפ 2 צוקערקרענק, וואו דער אינסולין ארבעט נישט געהעריג.
ס'דא א איינשפריץ וואס הייסט אָזעמפּיק, און איז געאייגענט צו העלפן פאר'ן טיפ 2 צוקער ליידענדע. און עס ווערט גראדע אויך שטארק באנוצט, צוצוהעלפן אין אלגעמיין צו האלטן א גוטע דיעטע, און שנעלער אפצופאלן איבריגע וואג.