גראמאטיק

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון גראַמאַטיק)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

צי מיינט איר יידיש גראמאטיק?

אין לינגוויסטיק, איז גראַמאַטיק (פון גריכיש: γραμματική), אדער דקדוק, די זאמלונג פון סטרוקטור-כללים וואס זענען חל אויפן צוזאמענשטעל פון טיילזאצן, פֿראזעס און ווערטער אין א געוויסער נאטירלעכער שפראך. דאס ווארט גראמאטיק באדייט די שטודיע פון געזעצן וואס דיקטירן די באנוץ פון א שפראך. אלע געזעצן וויאזוי מען שרייבט און רעדט די שפראך הייסן גראמאטיק. דאס פעלד טוט איינשליסן פאנאלאגיע, מארפאלאגיע און סינטאקס, אפטמאל אויך פאנעטיק און סעמאנטיק.

דאס איז א טייל פון דער גרעסערער חכמה פון שפראך וואס הייסט לינגוויסטיק. דאס ווערט אויך צעטיילט אין קלענערע אפטיילונגען מיט עקסטערע נעמען.