לדלג לתוכן

רעכט

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון גערעכט)

רעכט איז א לעגאלער באגריף אדער געפיל אז א אקציע, מענטש אדער זאך איז גוט, אדער עס געהער און עס קומט זיך פאר איר טוער אז דאס זאל זיין זיין אייגענטום, אדער ביי אן ארגומענט אז איינער איז מער גערעכט און א מענטש וואס טוט דאס כסדר איז א צדיק ווייל ער האט זייער אסאך רעכטפארטיגקייט.

עס ווערט דעריבער אויך אזוי אנגערופן איין זייט און דירעקציע פון די זעקס, (אויבן, אונטן, רעכטס לינקס, פאראויס, צוריקציוועגס.) ווייל מ'באנוצט זיך מיטן די איינע דירעקציע דאס מערסטע אין לעבן דערפאר איז דאס נישט מער ווי רעכט צו אנגערופן ווערן די רעכטע זייט.

אין פאליטיק ווערן די קאנסערוועטיווען אנגערופן רעכט ווייל זיי זענען מער טראדידציאנאל און דעריבער מער באנוצט ווייל די ליבעראלן זענען אויסגעשטעלט צו מאדערנעזירן און טוישן די געזעלשאפט אנדערשט ווי אייביג איז דאס מער לינק.

א יעדע מענטש האט רעכט און אין ציוויליזירטע געזעלשאפטן האט מען דאס געמאכט פאר א געזעץ וו.צ.ב.ש. ציווילע רעכט פאר די שווארצע אז מען טאר זיי נישט האלטן פאר קיין קנעכט, אדער אינדיווידואלע רעכט אז סתם מענטשן האבן זייער רעכט איבער געוויסע זאכן, וו.צ.ב.ש. אז מען טאר נישט לימיטירן דאס פרייהייט פון ווארט. אדער אייניגע רעכט אז מען טאר נישט דיסקרימינירן קעגן אידן און אראבער כאטשיג זיי זענען די מינדערהייט פון געזעלשאפט אין אמעריקע. א.א.וו.