גאלבלאז
דער גאַלבלאָז אדער גאַלפענכער (אפט גערופן סתם דער גאַל) איז אַ גליד אין דיין בויך וואס האט די פארעם פון א באַר. ער שפייכלט אומגעפער 50 מ״ל פון גאַל (א זויערע פֿליסיקייט) וואס דער גוף ניצט צו פארדייען פֿעטס וואס געפינט זיך אין דעם עסן. ביי מענטשן איז דער גאַלבלאָז לאַנג בערך 7-10 צ״מ. ער האט א טונקל גרין קאָליר פון דעם גאל דערין. דער גאלבלאז איז פארבונדן צו דער לעבער און דעם דואדענום.
אמאל, ספעציעל ביי פרויען, טרעפט זיך אין גאלבלאז גאלשטיינער, וואס זענען כלארעסטעראל אדער בילירובין וואס צעגייט נישט. די שטיינער קענען בלייבן שטיל, אבער ווען זיי זענען גורם אן אנצינדונג דארף מען אפערירן און אוועקשניידן דעם גאלבלאז.
מאגן-געדערעם-סיסטעם | ||
---|---|---|
|