בענזין פרייזן
בענזין פרייזן אדער גאזאלין פרייזן זענען די קליינהאנדל פרייזן פון בענזין פאר אויטאס וועלכע איז אויף א הייסע מארק מיט א גרויסע פארלאנג און לימיטירטע פארזארג. בענזין פרייזן איז געווארן אן ערנסטע פראגע אין די לעצטע יארן זינט אנטוויקלונג לענדער ווי כינע און אינדיע פארלאנגען היינט זייער אסאך און זייער פארלאנג וואקסט שנעלער ווי די סופלייער קענען נאכיאגן.
בענזין אין אמעריקע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]בענזין איז די בלוט-ליניע וועלכע אפערירט אמעריקע. אונזערע פערזענליכע אויטאס אליינס פארברענען 115 ביליאן גאלאן בענזין און דיזעל אויל פער יאר. רעכן צו אלע קאמערציאלע טראקס און טרעילערס וועט די צאל ווערן נאך פיל מער אסטראנאמיש. די צאל ווערט נאר מער מיט וואס א טאג שפעטער צוליב די פילע עס-יו-וויס וועלכע פרעסן אסאך מער ברענשטאף און אויך ווייל מער מענטשן קויפן אויטאס מיט יעדן פארבייגייענדיגן יאר. אמעריקאנער דרייווער דרייוון צוזאמען 2.6 טריליאן מייל פער יאר וואס קומט אויס ווי 14,000 ראונד טריפס צו די זון לויט סייענטיפישע חשבונות. שטודיעס ווייזן אז די צאל האט זיך געדאפעלט זינט 980' ווען מען האט נאר געדרייווט 1.5 טריליאן מייל.
לויט די ענערגיע דעפארטמענט פארנוצט די פאראייניגטע שטאטן אן ערך פון 19.5 מיליאן פעסלעך אויל פער טאג. פון דעם גייט 43 פראצענט פאר מאטאר בענזין און דאס איבעריגע ווערט צוטיילט צו אנדערע ערטער ווי פליגער ברענשטאף, ענערגיע פלענטס און נאך. יעדע פעסל אויל באשטייט פון 42 גאלאן (159 ליטער) און פון דעם מאכט מען ארום 20 גאלאן בענזין וואס קומט אויס צו 360 מיליאן גאלאן פער טאג (1.36 ביליאן ליטער). אין אמעריקע וואוינען ארום 100 מיליאן פאמיליעס וואס קומט אויס אז יעדע פאמיליע פארנוצט 3.6 גאלאן (13.6 ליטער) בענזין יעדן טאג.
געווענליך ווערן די פרייזן געהעכערט זומער ווען מענטשן נוצן מער זייערע אויטאס ווען זיי פארן אויף וואקאציע. אבער דאס איז נישט שטענדיג אזוי, פאר צוויי יאר צוריק (ווער עס געדענקט) האבן זיך די פרייזן געהויבן הארט בעפאר די זומער האט זיך אנגעהויבן מיט ארום 30 צענט פער גאלאן און איז צוריקגעפאלן אינמיטן זומער. אין עטליכע ווערטער ווענדט זיך דאס אויף צוויי זאכן: די אינווענטארי פון די וועלטליכע אויל מארקעט און די פארלאנג פאר אויל. אויב די אינווענטארי ווערט נידעריג אדער אויב עס איז פאראן א גרעסערע פארלאנג הייבן זיך די פרייזן אויטאמאטיש.
וואו גייט דאס געלט?
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווען איר פילט אן אייער אויטא מיט 40$ ווערט דאס געלט צוטיילט צו 4 טיילן און יעדע פון זיי גייט אויף אן אנדער פלאץ. פונקט ווי יעדע אנדערע פראדוקט האט בענזין א סופליי קייט און עטליכע גרופעס וועלכע זענען פאראנטווארטליכט צו באשטימען די פרייזן. וויאזוי אימער, וועלן די פרייזן, ווי הויך עס זאל נישט זיין, נישט עפעקטירן די פראצענט וואס יעדע פון די 4 טיילן באקומען פון יעדן דאלאר וואס מיר צאלן ביים פאמפ.
דאס געלט ווערט צוטיילט ווי פאלגענד:
פעסל אויל – די גרעסטע טייל, בערך 43 פראצענט, גייט צו די פארזארגער וועלכע פראדוצירן די אויל. דאס איז געוואנדן דורך דער וועלט'ס אויל עקספארטינג לענדער וועלכע ווערן קאנטראלירט דורך דער אפע"ק ארגאניזאציע (ארגאניזאציע פון פעטראליאום עקספארטינג קאנטריס) וועלכע מיר וועלן באלד באטראכטן. לויט די צאל פעסלעך אויל וואס די לענדער פראדוצירן אויף דעם איז געוואנדן דער פרייז פער פעסל. דורכשניטליך לויפט א פעסל צווישן 23 ביז 29 דאלאר. אין א טייערע צייט קען א פעסל קאסטן מער ווי 30 דאלאר. ווי מיר שטייען יעצט ווערט א פעסל פארקויפט פאר 41 דאלאר.
ראפינעריי קאסטן – די קאסטן אויסצוארבעטן די אויל נאכדעם וואס עס ווערט ארויסגעגראבן פון די ערד פארנעמט בערך 13 פראצענט פון די קאסט פון בענזין (מער וועגן די רעפיינערי פראדעצור זען בייגעלייגטן קעסטל).
דיסטריביושן און מארקעטינג – די פעסלעך אויל ווערן טראנספערירט צו די ראפינערייען און פון דארט צו די דיסטריביושן פירמעס און פון דארט ווייטער צו די בענזין סטאנציעס. אינדערצווישן מאכן עטליכע פירמעס אפאר דאלאר וואס מאכט אויס פרישע 13 פראצענט פון דער פרייז ביים פלומפ.
שטייערן - לאקאלע און פעדעראלע שטייערן אויף בענזין מאכן אויס צוזאמען איבער 30 פראצענט. רוב לאקאלע רעגירונגען נעמען איבער 15 פראצענט שטייער און די פעדעראלע רעגירונג נעמט אויך נאנט צו 15 פראצענט. טייל לאקאלע רעגירונגען נעמען נאך מער ווי דאס, צום ביישפיל ניו יארק וואו א גאלאן בענזין קאסט טאקע מיט 20 צענט טייערער ווי אין ניו דזשוירזי.
שטייערן אויף בענזין איז טאקע אסאך געלט אבער איינמאל מען פארט אויף אן אנדער לאנד פרייט מען זיך מיט די ביליגע אמעריקאנער בענזין שטייערן. אריבער די גרעניץ אין קאנאדע צאלט מען יעצט עטליכע צענט נאנט צו א דאלאר פער ליטער וואס קומט אויס איבער 3 דאלאר (יו-עס) פער גאלאן (א גאלאן באטרעפט 3.8 ליטער). זייער בענזין איז גארנישט טייערער נאר זיי צאלן אסאך מער שטייערן.
אויסער די אלע געלטער לייגן די סערוויס סטאנציעס ארויף נאך אביסל געלט פון וועלכע זיי מאכן א לעבן. אין רוב שטעט אין אמעריקע איז נישט פאראן קיין רעגולאציעס וויפיל זיי מעגן ארויפלייגן און טייל לייגן טאקע נאר עטליכע צענט ווען אנדערע לייגן ארויף אזוי סאך ווי א דיים און אמאל אפילו מער. טייל שטעט, ווי ניו יארק, האבן יא רעגולאציעס פון א מינימום און מאקסימום פראצענט וואס זיי מעגן ארויפלייגן צו באשיצן די קלענערע סערוויס סטאנציעס וועלכע וואלטן נישט געקענט אויסהאלטן מיט צו קליינע פראצענטן. דורכשניטליך מאכן די סטאנציעס בערך 4 -5 צענט פער גאלאן וואס מיינט אז זיי מאכן קוים 2-3 דאלאר פון יעדן אויטא וואס פילט אן א טאנק בענזין.
פרייזן דיפערענץ
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווער עס פארט ארום אין מערערע שטעט אין אמעריקע ווייסט אז די פרייזן פאר בענזין איז אנדערש אין יעדע ראיאן פון לאנד. עס זענען פאראן עטליכע סיבות דערצו. ערשטנס האט עס אסאך צוטאן מיט די פראצענט פון שטייערן וואס די לאקאלע רעגירונג לייגט ארויף ווי פריער דערמאנט. קאנקורענט מאכט אבער אויך אויס מיט ריזיגע ציפערן. געוויסע שטעט וועלכע האבן א שטארקע קאנקורענט זענען די פרייזן אסאך ביליגער. אויך מאכט א חילוק לויט וואו ווייט די שטעט געפינען זיך פון די רעפיינעריס. די שטעט וועלכע געפינען זיך נעבן די גאלף אוו מעקסיקא (דרום-צענטראל שטעט), ווי רוב רעפיינעריס געפינען זיך, האבן אביסל ביליגערע פרייזן פשוט ווייל די טראנספארטאציע קאסטן זענען ביליגער.
אין געוויסע ראיאנען פון לאנד דארף בענזין גרייכן העכערע ענווייראמענטאלע סטאנדארטן וועלכע מאכן זייערע פרייזן העכער. אזעלכע שטעט ווי קאליפארניע, שיקאגא, און מילוואקי צאלן עקסטערע געלט פאר די רעפיינעריס בעסער אויסצוארבעטן די בענזין, זיי האלטן אין באזונדערע אפטיילונגן, און זיי טראנספערירן אין באזונדערע טראקס. דאס איז ווייל די שטעט האבן שטארק פארפעסטיגטע לופט צוליב זייער פארנומענקייט און גרויסע צאל אויטאס און ריינערע בענזין מאכט אסאך אויס.
די טייערסטע פרייזן צאלט קאליפארניע וועלכע האט די ריינסטע בענזין, און געפינט זיך ווייט פון די רעפיינעריס. אין קאליפארניע צאלט מען אויך א באזונדערע שטייער פון 7.25 פראצענט אין צוגאב צו 18.4 פראצענט פעדעראלע שטייער און 18 פראצענט שטייער פאר די סטעיט.
נאך א פלאץ ווי בענזין פרייזן קענען זיין טייער זענען אין די מידוועסט שטעט וועלכע טוישן א געוויסע כעמיקאל אין די בענזין מיט אן אנדער כעמיקאל וועלכע ווערט געמאכט פון קארן, מיט וועלכע זיי זענען געבענטשט. ווען עס מאכט זיך א מאנגל מיט דעם כעמיקאל שטייגן די פרייזן זייער אסאך.
ארום די וועלט איז דער דיפערענץ פון בענזין פרייזן הימל און ערד. א גאלאן בענזין אין האנג קאנג קאסט היינט $5.45 און אין וועניזועלא קאסט א גאלאן גאנצע 14 צענט. יעדע לאנד האט זיך איר אייגענע פאליסיס איבער די שטייערן אויף בענזין. טייל לענדער צאל אזוי סאך ווי 75 פראצענט אין שטייערן און אנדערע לענדער צאלן זערא שטייערן.
די קאנטראל אויף די אויל מארקעט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווי דערמאנט האט די פעסל אויל די גרעסטע עפעקט אויף די בענזין פרייזן און די פאראייניגטע שטאטן איז שטארק אנגעוואנדן אויף אויסלענדישע אויל סופלייערס. אין א געווענליכע מאנאט פון יאר אימפארטירט די פאראייניגטע שטאטן איבער 300 מיליאן פעסלעך אויל. ווי יעדער ווייסט האט די אפע"ק ארגאניזאציע די גרעסטע אימפאקט אויף די אויל מארקעט. אפע"ק'ס ארגאניזאציע באשטייט פון די פאלגענדע 11 לענדער: אלדזשעריע, אינדאנעזיע, איראן, איראק, קואוועיט, ליביע, נייגעריע, קאטאר, סאודיע אראביע, די יונייטעד אראב עמירעטס, און וועניזועלא.
צוזאמען זענען די 11 לענדער פאראנטווארטליכט אויף 40 פראצענט פון די וועלט'ס אויל פראדוקציע און זיי האלטן מער ווי צוויי-דריטל פון די וועלט'ס אויל רעזערוו. ווען אפע"ק וויל העכערן די פרייזן פון אויל רעדוצירן זיי די פראדוקציע וואס מאכט אויטאמאטיש די פרייזן זאלן ארויפטאנצן צוליב דעם מאנגל אין סופליי און דער זארג אויף מעגליכע פרישע רעדוקציעס. טייל מאל קענען די פרייזן געהעכערט ווערן נאר צוליב א זארג אז אפשר וועט אפע"ק רעדוצירן פראדוקציע. נאך יעדע גרויסע וועלט געשעעניש איז נארמאל אז די פרייזן פאר אויל זאלן זיך אביסל הייבן, אמאל נאר פאר עטליכע טעג, צוליב א זארג אז עס וועט האבן אן עפעקט אויף די אויל פראדוקציע. איר וועט אוודאי פרעגן פארוואס זאל אפע"ק וועלן רעדוצירן די פראדוקציע? דער ענטפער איז פשוט: זיי ווילן מאכן געלט. אויסער אפע"ק זענען פאראן נאך לענדער וועלכע פראדוצירן אויל און אפע"ק מוז זיך צושטעלן צו זייערע פרייזן. אפע"ק האלט א נאנטע אויג אויף די אלע לענדער און איינמאל זיי האבן א מאנגל אדער סיי וועלכע פראבלעם טוט זי שוין וואס זי וויל און רייסט ארויס ביליאנען דאלארן פון די אלע לענדער וואס זענען געצווינגן צו נעמען איר אויל.
די גרעסטע פראדוצירער אויסער אפע"ק זענען: די פאראייניגטע שטאטן, מעקסיקא, קאנאדע, ענגאלא, רוסלאנד, און כינע. די פאראייניגטע שטאטן האט ריזיגע רעזערוון פון אויל אין פאל פון אן עמוירדזשענסי וועלכע קען סופלייען דאס גאנצע לאנד פאר א מינימום צייט אפשניט. אבער פאר איר טעגליכן באנוץ איז דאס ווייט פון גענוג און זי מוז אימפארטירן פון ווי זי קען. אמעריקע אימפארטירט ארום 1.5 מיליאן פעסלעך אויל פון מעקסיקא פער טאג און הונדערטער טויזענטער פעסלעך פון קאנאדע.
אמעריקע'ס אויל סופליי
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאכדעם וואס מען ווייסט וויפיל אויל די פאראייניגטע שטאטן אימפארטירט פון אנדערע לענדער, איז איבערראשענד צו וויסן אז די פאראיינגטע שטאטן איז די צווייטע גרעסטע אויל פראדוצירער אין די וועלט. אין א געווענליכן מאנאט פראדוצירט מען אין אמעריקע ארום 180 מיליאן פעסלעך אויל. די גרעסטע פראדוקציע ראיאן איז די גאלף אוו מעקסיקא שטעט און פון זיי איז טעקסאס די גרעסטע און דערנאך קומט ניו מעקסיקא. אנדערע גרויסע פראדוצירער שטאטן ארום דאס לאנד זענען: אלאסקע, לואיזיאנא, קאליפארניע, אקלעהאמע, און אריזאנע.
אמעריקע איז דאך אבער די מאשין פון די וועלט און וויפיל אויל זי זאל פראדוצירן וועט דאס נישט זיין גענוג און זי בלייבט נאך אלץ אנגעוואנדן פאר מיליאנען פעסלעך אויל פון די אפע"ק לענדער. אין 973', הארט נאך די יום כיפור קריג אין מדינת ישראל, האבן די אראבישע לענדער ארויפגעשטעלט אן אויל עמבארגא אויף די פאראייניגטע שטאטן און די נעדערלענדס אלס נקמה פאר'ן העלפן מדינת ישראל אין זייערע קאנפליקטן. די עמבארגא איז געווען זייער בעסטע סטראשע וועלכע האט פארקריפעלט אמעריקע וועלכע האט נאך דעמאלט פראדוצירט פיל ווייניגער אויל און איז ממש געבליבן אן קיין אויל. דער פרייז פאר א פעסל אויל איז דעמאלט געשטיגן איבערנאכט פון 3$ צו 5.11$ און ביז'ן ענדע פונעם קריזיס אין יאנואר 974' האט שוין דער פרייז געהאלטן ביי 11.65$ פער פעסל.
פרעזידענט ניקסן האט דעמאלט געפאדערט מען זאל אנהויבן פראדוצירן מער אויל אין אמעריקע און מען זאל איינשטעלן ריזיגע רעזערוון אין פאל אזאנס חזר'ט זיך נאכאמאל איבער. אלע רעזערוון זענען אויפגעשטעלט געווארן אין די גאלף אוו מעקסיקא און זיי אנטהאלטן היינט ארום 700 מיליאן פעסלעך אויל וועלכע איז גענוג פאר 60 טעג סופליי אפילו אויב אלע אימפארטן זאלן זיך גענצליך אפשניידן, א זאך וואס וועט סייווי קיינמאל נישט פאסירן.
דאס ערשטע מאל מען האט געעפענט די אזויגערופענע "סטראטעגישע פעטראליאום רעזערוו" (עס-פי-אר) פאר דאס באנוץ פון פאלק איז געווען דורכאויס די פערסישע גאלף קריג אין 991' כדי צו העלפן האלטן די פרייזן סטאביל. דאס צווייטע מאל איז געווען סעפטעמבער 00' ווען פרעזידענט קלינטאן האט געבעטן די ענערגיע דעפארטמענט ארויסצוגעבן א אביסל אויל צו האקן די מארקעט אז דאס פאלק זאל זיך קענען ערמעגליכן צו ווארימען זייערע הייזער מיט הייצונג אויל. די ענערגיע דעפארטמענט האט דעמאלטס ארויסעגעגעבן 30 מיליאן פעסלעך און האט פארלאנגט די אויל פירמעס דאס צוריקצושטעלן ביז 12 מאנאטן.
קען די רעגירונג העלפן?
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די רעגירונג האט די ברירה פון אראפלאזן די שטייערן אויף בענזין און דאס וועט באלד דראסטיש רעדוצירן די פרייזן. די פעדעראלע רעגירונג קען אויך עפענען אירע רעזערווארן פאר עטליכע טעג און דאס וועט אויטאמאטיש אראפנידערן די פרייזן ווי פריער דערמאנט.
למעשה וועט זי נישט טאן קיין איינע פון זיי און מיר וועלן זיך אויסליידיגן די טאשן צו קענען נוצן אונזערע אויטאס. דער סיבה דערצו איז פשוט. ערשטנס וועט די רעגירונג קיינמאל נישט אראפלאזן די שטייערן ווייל די רעגירונג איז ווי א ביזנעס און פונקט אזויווי דער גראסערי מאן וועט נישט אראפלאזן פון זיין ריוח פראצענט אפילו די מילך וועט ווערן דאפעלט די פרייז, וועט די רעגירונג נישט אראפלאזן קיין צענט פון איר ריוח. די רעגירונג איז היבש אנגעוואנדן אויף יעדן דאלאר ווייל אויך זייערע אויסגאבן פארמערן זיך יעדן טאג. נאך א זאך איז וויכטיג צובאמערקן אז די רעגירונג זעלבסט קויפט אויך מיליאנען גאלאנען בענזין יעדן טאג פאר אירע צענדליגער טויזענטער פאליציי אויטאס, פייער טראקס, אמבולאנסן, רעגירונג אפישעלס אויטאס, באנען, באסעס, און נאך... וואס קאסט איר אויך טייערער ווען די פרייזן הייבן זיך.
עפענען די רעזערווארן איז אויך אויסגעשלאסן אין אזא צייט ווייל אין א מלחמה קען מען זיך דאס נישט ערלויבן אויס מורא וואס דער מארגנדיגער טאג וועט ברענגן. טייערע פרייזן אליינס איז נישט גענוג א שטארקע סיבה צו עפענען די רעזערווארן ווייל עס דארף זיין גרייט אין פאל פון אן ערנסטער קאטאסטראפע וואס קען געשען יעדע ליאדע מינוט. לויט א וואל סטריט דזשורנאל באריכט די וואך, טוט די פעדעראלע רעגירונג אין די לעצטע פאר מאנאטן שטילערהייט אנפילן די רעזערווארן אויף אירע העכסטע שטאפלן פון סיי ווען, א צייכן אז זיי גרייטן זיך אין פאל עפעס פאסירט.
דער צוקונפט פון אויל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 01' האט די בוש אדמיניסטראציע פארגעשטעלט א ביל אין סענאט וועלכע האט פארלאנגט מען זאל אנהוייבן גראבן פאר אויל אין די ארקטיק וויילדלייף אין אלאסקא. דער פלאן האט געלויטעט צו ציען פייפליינס דורך קאנאדע און אזוי אריינברענגן די אויל צו די רעפיינעריס.
די ארקטיק וויילדלייף איז א 20 מיליאן אקער לאנד ראיאן אין וועלכע עס געפינען זיך אלע ווילדע חיות וועלכע די רעגירונג באשיצט פון פאנגער אויס מורא אז זיי וועלן אויסגעראטן ווערן. דער ראיאן איז אפגעזונדערט פון אלאסקא און טראגט דעם קאוד נאמען "1002 געגענט" און איז באקאנט צו זיין געבענטשט מיט אויל. נאכדעם וואס דער פלאן איז פארגעשטעלט געווארן אין סענאט האבן טויזענטער ענווייראמענטיליסטן געמאכט א שטורעם אז מען זאל נישט צורירן דאס פלאץ ווייל די פראדעצירונג פון אויל וועט שעדיגן די לופט און וועט שאטן די חיות וועלכע וואוינען דארט.
דערווייל איז דער פלאן נאך אין דער לופטן און מען האט נאך אפילו נישט געטאן די ריכטיגע שטודיעס צו וויסן וויפיל אויל עס געפינט זיך טאקע דארט אונטער די ערד. לויט געוויסע שאצונגן וועט מען קענען פון דארט ארויסגראבן ארום 7 ביליאן פעסלעך אויל. מען קען אבער נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, ערשטנס ווייל די ליבעראלן זענען להשמיד צו שעדיגן די ווייסע בערן און אויך דארף נאך אויסגעארבעט ווערן צו עס לוינט זיך די קאסטן פון גראבן אין אזא ווייטע פלאץ. טייל עקספערטן שאצן אז איינמאל די גראבונגן וועלן זיין אין פולן ברען וועט עס אראפטראסקן די פרייזן ביז 16$ פער פעסל וואס דאס איז שוין צו ביליג און עס וועט זיך נישט לוינען די פראפיט קעגן די קאסטן דאס אויסצוגראבן.
ארום דער וועלט איז כמעט נישטא קיין פרישע אויסזיכטן פון נייע ערטער וואו מען קען עווענטועל אויסגראבן אויל אויסער רוסלאנד ווי עס ליגט לויט טייל אפשאצונגן ביז אזוי סאך ווי א דריטל פון די וועלט'ס אויל. אבער רוסלאנד האט נישט די געלט און די עקוויפמענט דאס אויפצוארבעטן און אויסלענדישע אינוועסטארס זענען דארט נישט וועלקאם און אפילו אויב יא וואלט קיינער נישט געוואלט נעמען די שאנסעס אויס מורא פון די מאפיא וועלכע קאנטראלירט די אויל מארקעט פון לאנד.
געוויסע סייענטיסטן וועלכע זענען שוין פאר הונדערטער יאר פארנומען ווארנען אז די וועלט וועט איין טאג אויסגיין פון סופלייס, האבן שוין צענדליגער מאל ערקלערט אז די אויל אוצרות אין די אראבישע וועלט וועט אויסגיין אין ווייניגער ווי 100 יאר און מען וועט מוזן צוקומען צו אויל פון רוסלאנד. אויב עס איז פאראן ווארהייט אין זייערע ווערטער וועלן די פרייזן פון בענזין און אנדערע ברענשטאף ארויפגיין פילפאכיג צוליב די טייערע קאסטן צו גראבן אין די געפרוירן קאלטע ראיאנען פון רוסלאנד.
די איינציגסטע לייזונג צו די הויכע פרייזן וועט זיין אויב מענטשן וועלן קויפן מער הייבריד אויטאס און עווענטועל היידראדזשין אויטאס אדער אנדערע טעכנאלאגיעס וועלכע וועלן אפירקומען.