לדלג לתוכן

טעאטער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון בינע)
טעאטער

טעאַטער (פון אוראלט גריכיש: θέατρον טהעאַטראן) איז א קונסט ווו עס ווערט געשפילט פארשטעלונגען מיט לעבעדיקע אקטיארן. דער פלאץ וואו די פארשטעלונגען קומען פאר הייסט א טעאטער. געוויינלעך שפילט מען די פארשטעלונג אויף א בינע.

איינער וואס שרייבט פארשטעלונגען צום טעאטער הייסט א דראמאטורג.

די ערשטע פארשטעלונגען זענען פארגעקומען אין אוראלט גריכנלאנד. פארשטעלונגען זענען געווען אדער טראגעדיעס אדער קאמעדיעס. די גריכישע דראמאטורגן זענען געווען אייסקילוס, סאפאקלעס, אייריפידעס און אריסטאפאנעס. זיי האבן געהאלטן פארמעסטן צווישן דראמאטורגן און מען האט באלוינט דעם געווינער מיט א פריז.