לדלג לתוכן

טאג

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון בייטאג)
די פעריאדישקייט פון דער זון קומט פון דער ראטאציע פון דעם ערד־פלאנעט ארום זיין אַקס.
די ראטאציע פון דער ערד דורך דעם טאג

א טאָג אדער א מעת-לעת איז אן איינס פון צייט וואס איז לאנג אזוי ווי די זון גייט איין מאל ארום דער ערד. וואס די זון גייט לכאורה ארום דער ערד איז צוליב דעם וואס די ערד דריים זיך אויף איר אקס, אבער די לענג פון דעם טאג איז אויך אפהענגיק אין דעם וואס די ערד גייט ארום דער זון.

א מעת-לעת האט 24 שעה׳ן, וואס איז 1,440 מינוט, וואס איז 86,400 סעקונדעס. איין זון יאר האט (בערך) 365.2422 טעג, ד״ה 365 טעג, 5 שעה׳ן, 48 מינוט און 46.08 סעקונדעס.

א טאג איז א נאטירלעכער איינס פון צייט (אנדערש ווי א שעה, וואס איז אן אויסגעקלערטער איינס).

אויך קען א טאג אפגצייכענען די האלבער טאג קעגן די נאכט, דאן רופט מען עס בייטאג דאס הייסט די דאזיגע שעות וואס איז ליכטיג.

דער אידישער טאג הייבט זיך אן פון דער צאת הכוכבים.


טעג פון דער וואך
זונטיק | מאנטיק | דינסטיק | מיטוואך | דאנערשטיק | פרייטיק | שבת