לדלג לתוכן

באן, דייטשלאנד

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון באן (דייטשלאנד))
שילד מאפע
שילד
שילד
מאפע
מאפע
דער ריין, בערג וואס רינגלען באָן און דער פאסט טורעם (רעכטס)

באן איז די 19טע גרעסטע שטאט אין דייטשלאנד און ליגט בערך 20 ק"מ דרום פון קעלן אויפן טייך ריין אין דעם פעדעראלן שטאַט פון נארד ריין-וועסטפאליע. פון 1949 ביז 1990 איז זי געווען די הויפטשטאט פון מערב דייטשלאנד און דאס רעגירונגס-ארט ביז 1999. פון 1998 האבן זיך אסאך וויכטיגע אינסטיטוציעס גערוקט פון באן קיין בערלין. ביידע הייזער פונעם דייטשן נאציאנאלער פארלאמענט האבן געצויגן ווי אויך די קאנצעלעריי און די רעזידענץ פונעם דייטשן פרעזידענט. באן בלייבט נאכאלץ א צענטער פון פאליטיק און אדמיניסטראציע. העלפט פון אלע רעגירונגס אמטן זענען געבליבן אין באן. די געוועזענע הויפטשטאט האט דעם טיטל פעדעראלע שטאט (בונדסשטאט).

באן איז פארבונדן מיט דריי אויטאבאנען (פעדעראלע אויטאסטראדן) און דעם דייטשע באן נעצווערק. צווישנשטעט באנען שטעלן זיך אפ ביי דער באן הויפט באן סטאנציע, און די זיגבורג=באן באן סטאנציע מיט עקספרעס באנען אויף דער קעלן-פראנקפורט הויך-גיך באן ליניע.

די לאקאלער טראמוויי האט צוויי ליניעס קיין קעלן.

באנס אינטערנאציאנאלע פליפעלד איז קעלן באן פליפעלד.