אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עזה פאס"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
*https://www.liguedefensejuive.com/video-shai-golden-il-ny-a-pas-de-gazaouis-innocents-2023-10-16.html
טאַגן: צוריקגעשטעלט מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 23: שורה 23:


דעם [[14טן נאוועמבער]] [[2012]], האט צה"ל אנגעפאנגען די [[עמוד ענן אפעראציע]] אינעם עזה פאס, נאך א פארצויגענער תקופה פון שיסן אין די יישובים אין דרום ישראל אין די פריערדיקע וואכן.
דעם [[14טן נאוועמבער]] [[2012]], האט צה"ל אנגעפאנגען די [[עמוד ענן אפעראציע]] אינעם עזה פאס, נאך א פארצויגענער תקופה פון שיסן אין די יישובים אין דרום ישראל אין די פריערדיקע וואכן.
*https://www.liguedefensejuive.com/video-shai-golden-il-ny-a-pas-de-gazaouis-innocents-2023-10-16.html

[[קאטעגאריע:על אקצא אינטיפאדע]]
[[קאטעגאריע:על אקצא אינטיפאדע]]
[[קאַטעגאָריע:פאלעסטינע]]
[[קאַטעגאָריע:פאלעסטינע]]

רעוויזיע ביי 12:39, 1 נאָוועמבער 2023

עזה פאס
עזה אַעראָפּאָרט

עזה פאס אדער עזה־שטרײַף איז א ברעג ים לאנגער שמאלער באדן לעגאויס דעם מיטלענדישן ים, גרעניצענדיג זיך מיט עגיפטן אויף איר דרום-מערב און ארץ ישראל צו איר צפון-מזרח.

עס איז בערך 25 מייל לאנג און 4 ביז 7 און א האלב מייל דאס ברייט. וואס צוזאמן איז דאס דער טאטאלער שטח פון 360 קוואדראט ק"מ (139 קוואדראט מייל).

אינעם עזה פאס וואוינען אומגעפער 1.8 מיליאן פאלעסטינער.

דער צוים ארום דעם עזה פאס

די טאריטאריע נעמט איר נאמען פון דער שטאט עזה וואס איז איר הויפטשטאט.

עס האט א 1.4 מיליאן איינוואוינער, וואס אלע זענען זיי פאלעסטינער.

די פאס פאר זיך און די פאפולאציע דערין זענען געפירט דורך די פאליסטינער נאציאנאלער אויטאריטעט, כאטשיג איצט נאכן קריזיס דארטן ווי די כאמאס מיליטאנטען האבן אומגעווארפן די קאנטראל פון פאטאך אום יוני 2007.

ישראל טוט נאכאלץ קאנטראלירן די לופט העכער עזה פאס און אויך די ים פארקער פון שיפן וואס קומען און גייען.

עס איז איצט נישט אנערקענט דורך קיינעם אז עס געהערט פאר עפעס א זעלבסטשטענדיג לאנד.

דעם 27סטן דעצעמבער 2008, נאך א פארלענגערטער תקופה ווען מ'האט געשאסן ראקעטן פונעם עזה פאס אין איר טעריטאריע, האט מדינת ישראל אנגעהאיבן די געגאסענע בליי אפעראציע קעגן דער חאמאס הערשאפט מיטן ציל פון ברענגען א יסודותדיקע ענדערונג אין דעם זיכערהייט מצב אין ישראל. דורכאויס דער קריגפירונג האבן גערעגנט ראקעטן אויף יישובים אין ישראל פונעם עזה פאס.

דעם 14טן נאוועמבער 2012, האט צה"ל אנגעפאנגען די עמוד ענן אפעראציע אינעם עזה פאס, נאך א פארצויגענער תקופה פון שיסן אין די יישובים אין דרום ישראל אין די פריערדיקע וואכן.