לדלג לתוכן

אייראפעישע עקאנאמישע געמיינדע

פֿון װיקיפּעדיע

די אייראפעישע עקאנאמישע געמיינדע (אויך גערופן די אייראפעישע געמיינדע,[1] אדער דער Common Market בשותפותדיקער מארק אין דער ענגליש־רעדנדער וועלט) איז געווען אן אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע וואס האט עקזיסטירט פון 1957 ביז 1993. זי איז געשאפן געווארן דורך דעם רוימישן אפמאך, דעם 25סטן מערץ 1957, צו ברענגען עקאנאמישע אינטעגראציע (כולל אן איינציקן מארק) צווישן בעלגיע, פראנקרייך, מערב דייטשלאנד, איטאליע, לוקסעמבורג און האלאנד.

שפעטער איז זי פארגרעסערט געווארן אריינצונעמען נאך זעקס לענדער און, פון 1967 אָן, צו פירן די אייראפעישע קוילן און שטאל געמיינדע און אייראפעישע אטאמישע ענערגיע געמיינדע (אייראטאם) אונטערן טערמין אייראפעישע געמיינדעס. ווען דער אייראפעישער פארבאנד איז געשאפן געווארן אין 1993, די אייראפעישע עקאנאמישע געמיינדע איז געווארן פארוואנדלט אין דער אייראפעישער געמיינדע, איינע פון די דריי זיילן פונעם אייראפעישן פארבאנד,[2] און די אייראפעישע עקאנאמישע געמיינדע אנשטאלטן האבן געפינען א המשך אלס אנשטאלטן פונעם אייראפעישן פארבאנד.


  1. For an example see this 1987 article from the New York Times: Steps Drafted For European Central Bank.
  2. Pillar system was abolished in 2009, all pillars were merged into the EU as a whole