לדלג לתוכן

אדמו"ר

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אדמורו"ת)

אן אדמו"ר (ר"ת: א'דונינו מו'רינו ור'בינו) איז א פירער פון א חסיד'ישע געמיינדע וואס איז געווארן אויפגענומען דורך זיי אלץ רבי, אדער איינער וואס האט גע'ירש'נט די פאזיציע פון זיין פֿאטער אדער אן אנדערן פאָרפאלגער.

דער תפקיד פון אן אדמו"ר, אדער חסיד'ישע רבי, איז איינגעפירט געווארן דורך די תלמידים פון בעש"ט און די תלמידים פון דעם מגיד פון מעזריטש. די פאזיציע איז באזירט אויפ'ן יסוד אין תורת החסידות אויף די וויכטיגקייט זיך אנצוקניפן אין א צדיק. די אויפגאבע פון דעם צדיק איז צו לערנען פאר זיינע חסידים וויאזוי צו דינען גאט, און צו זיין פאר זיי א צינור פון השפעות. אויך איז ער געשטעלט אויף מתפלל צו זיין פאר די באדערפענישן פון אלע אידן בכלל און זיינע חסידים בפרט, און ארויסצוהעלפן אידן אין אן עת צרה. די חסידים און די וואס זענען אנגעקניפט צום צדיק טוען זיך דערפאר אונטערנעמען אויסצוהאלטן דעם צדיק מיט אלע זיינע באדערפענישן דורך געבן פדיונות און מעמדות געלט בכדי ער זאל קענען דינען גאט אן קיין שטער.

דער תפקיד פון אן אדמו"ר האט זיך אנטוויקלט אלץ א פאזיציע אויף צוזאמען צו האלטן א געמיינדע אידן וואס פארמאגן א געמיינזאמען הילוך אין אידישקייט אדער א געמיינזאמען געאוגראפישע אפשטאם. אין היינטיגע טעג שטייט אפטמאל דער אדמו"ר אין שפיץ פון פארצווייגטע מוסדות פון חינוך און סאציעלע געברויכן. כאטש דער תפקיד איז גאר אן אנדערע פון די ארגינעלע, ווערט דאס נאך אלץ פאררעכנט ביי חסידים אלץ א וויכטיגער מעמד אויף צו ערהאלטן די געמיינדע סטרוקטור פאר אידן פון חסיד'ישע קרייזן.

דער אדמו"ר ערשיינט פאר זיינע חסידים אין פארשידענע זמנים אויף אנצופירן מיט ציבור'ישע צערעמאניעס, א טייל טראדיציאנאל אידישע, און א טייל אויסדריקליך חסיד'ישע אדער אייגנארטיג פאר דער ספעציפישער געמיינדע.

צווישן די אויפגאבן פון מערסטע אדמורי"ם זענען:

  • פירן טיש און טיילן שיריים, און מיטהאלטן די ניגונים און ריקודים
  • זאגן תורה
  • אויפנעמען די חסידים פערזענליך, צומאל נעמענדיג דערביי א קוויטל, אדער געשריבענע בקשה פאר תפלות, אפֿטמאל אינאיינעם מיט א געלט פדיון
  • דאווענען תפלות פאר'ן עמוד אויף שבת, יום טוב, אדער א יומא דפגרא
  • מיטטיילן אין די פערזענליכע שמחות פון זיינע חסידים ווי א חתונה, ברית מילה, אדער פדיון הבן
  • טוהט געוויסע אידישע מצוות און מנהגים אין אנוועזנהייט פון די חסידים, ווי שאקלען די ד' מינים, שעפן וואסער אויף מים שלנו, באקן מצות, צינדן חנוכה לעכט, א.ד.ג.
  • האלטן פאר דרשות התעוררות אדער שיעורים אין תורה אדער הלכה


די ערשטע אדמורי"ם זענען געווארן אזוי אנערקענט צוליב זייער גרויסקייט אין תורה און גאט-דינען. אויך זענען געווען אזעלכע וואס מען האט אויף זיי פארציילט סיפורים פון איבערמענטשליכע כחות, וואס האט געזאלט אנווייזן אויף זייער צדקות און הייליגקייט.

ממלא מקום מיינט א ערזעצער. ס'איז אקטועל אויף יעדן וואס ערזעצט א פריערדיגן. ס'ווערט אבער אממערסנטס גענוצט אויף א רבי'שן פאסטן, אז איין רבי איז ממלא מקום דעם פריערדיגן.

מיט דער צייט איז געווארן מער און מער איינגעפירט אז חסידים האבן אויפגענומען א זון אדער אן אנדער נאנטן קרוב פון זייער רבי נאך זיין פטירה, נישט קוקנדיג דוקא אויף דעם נייעם רבי'ס גרויסקייט אין תורה אדער צדקות. עטליכע רבי'ס זענען אויפגענומען געווארן גאר יונג, צומאל נאך אלץ קליינע קינדער, זייענדיג לויט דער השערה פון די חסידים דער פאסיגסטער יורש פןן דעם פריערדיגן רבי'ן. דער קארלינער למשל, האט מען אויפגענומען ווען ער איז געווען ניין יאר אלט.