לדלג לתוכן

אקטאוו מירבא

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אָקטאַװ מירבאָ)
אָקטאַװ מירבאָ

אָקטאַװ מירבאָ (פראַנצויזיש: Octave Mirbeau;‏ 16טן פֿעברואַר 1848 - 16טן פֿעברואַר 1917) איז געווען אַ פֿראַנצייזישער שרײַבער, זשורנאליסט, פּאַמפֿלעטיסט און דראמאטורג.


אָקטאַװ מירבאָ איז געבוירן אין אונטער נארמאנדי, צפון פראנקרייך, צו זיין פאטער, א דאקטער.

ער איז אויך געװען אַ באַדאַכטער קונסטקריטיקער. ער האָט טריומפֿירט אין ראָמאַנען און טעאַטער. צװישן אַנדערע, האָט ער אָנגעשריבן :''Le Calvaire (1886), L'Abbé Jules (1888), Le Jardin des supplices (1899), Le Journal d'une femme de chambre (1900) ֹ די צוויי גרויסע פּיעסעס זײַנע, (Les Mauvais bergers (1897), Les affaires sont les affaires (1903), האָט מען איבערגעזעצט אויף ייִדיש : “זשאַן און מאַדעלענע - פֿאַבריקאַנט אַרגאַנט“ (דראַמע פֿון אַרבעטער אין פֿינעף אַקטן) און “געשעפֿט איז געשעפֿט“ (קאָמעדיע אין דרײַ אַקטן). Le portefeuille' האָט מען אויך איבערגעזעצט אויף ייִדיש („דער טײַסטער“, קאָמעדיע אין איין אַקט).