אסטראכאן
|
אַסטראַכאַן (רוסיש: Астрахань) איז אַ שטאָט אין דרום־מערבֿ רוסלאַנד און די הויפּטשטאָט פֿון דער אַסטראַכאַנער געגנט. זי ליגט אין דער דעלטע פֿונעם וואָלגאַ־טײַך אויף אַ דיסטאַנץ פֿון 60 קילאָמעטער פֿונעם אָרט, ווו ער פֿאַלט ארײַן אינעם קאַספּישן ים.
עטנישע פֿאַרשײדנאַרטיקייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אַסטראַכאַן איז אײנע פֿון די מולטיקולטורישסטע און פֿילפֿעלקערדיקסטע שטעט פֿונעם לאַנד. רוסן, קאַזאַכן, טאָטערן, אַזערבײַדזשאַנער און נאָגײַער זענען די גרעסטע עטנישע גרופּעס אין דער שטאָט. פֿאַר דער רוסישער רעוואָלוציע האָט אַסטראַכאַן געהאַט עטלעכע "מאַהאַלעס" אָדער "סלאָבאָדקעס" — עטנישע קוואַרטאַלן, ווו די אָדער יענע מינדערהײט האָט זיך קאָנצענטרירט. הײַנט האָבן אַלע ראַיאָנען פֿון דער שטאָט אַ געמישטע באַפֿעלקערונג, אָבער פֿילע היסטאָרישע נעמען האָבן זיך פֿאַרהיטן אינעם פֿאָלקס־זכּרון פֿון די היגע אײַנוווינערס ווי מיקראָטאָפּאָנימען: טאָטער־באַזאַר, אַרמענער־סלאָבאָדקע, ײִדישע גאַס און דאָס גלײַכן.[2]
רעפֿערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ רוססטאַט (2023). צאָלבאַשטאַנד פֿון דער שטענדיקער באַפֿעלקערונג פֿון די מוניציפּאַליטעטן אין דער רוסישער פֿעדעראַציע (אויף רוסיש).
- ↑ איליאַ בויאַנאָווסקי (2014). אַסטראַכאַן: די שטאַט פֿון פֿעלקער (אויף רוסיש).