א' אדר א'
אויסזען
(אַריבערגעפֿירט פון א' אדר א)
א' אדר א' איז דער ערשטער טאג פון אדר ראשון אין אן עיבור יאר, און דער צווייטער טאג ראש חודש.
געשעענישן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ה'ת"ד (אדר א') – רבי יום טוב ליפמאן העלער איז געווארן רב און קראקע, נאכדעם וואס ער האט איבערגעלעבט שווערע יארן. ער האט דעם טאג באשטימט אלס א יום טוב פאר זיינע אייניקלעך.
- ה'תקס"ז (אדר א') – די גרויסע סנהדרין פון די אידן אין פראנקרייך איז פאררופן געווארן אין פאריז לויט דעם באפעל פון נאפליאן, כדי צו געבן א הלכה'דיגן באשטעטיגונג צו די פארבינדונג פון די אידן סיי צו זייער רעליגיע און סיי צו פראנקרייך, זייער "היימלאנד".
- ה'ת"ר (אדר א') - דער עלילת דם אין דמשק
- ה'תר"ר (אדר א') – די דמשק בלוט בלבול הייבט אן זיך אנטוויקלען נאך דעם פארשווינדן פון א קריסטלעכן מאנאך.
- ה'תרנ"ח – עמיל זולא ווערט ארעסטירט נאכדעם וואס ער האט פארעפנטליכט זיין באקאנטן בריוו "איך באשולדיג", אין וועלכן ער האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן דער אנטיסעמיטישער פאליטיק פון דער פראנצויזישער רעגירונג, וואס איז ארויסגעקומען אין ליכט אין דער דרייפוס פרשה.
געבוירן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ה'תקע"ה (אדר א') – הרב אברהם שמואל בנימין סופר, דער זון פון חת"ם סופר און זיין נאכפאלגער אלס רב פון פרעשבורג און ראש ישיבה פון דער פרעשבורגער ישיבה. ער איז באקאנט מיט'ן נאמען כתב סופר, נאך זיינע ספרים. (נפטר י"ט טבת ה'תרל"ב)
- ה'תרע"ד (אדר א') – סעדיה בן אור, א רב און מקובל פון תימן און ארץ ישראל.
יארצייטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ד'תתקכ"ד (אדר א') – אברהם אבן עזרא, פון די בארימטע מפרשי המקרא, וועמענ'ס פירושים ווערן ברייט ציטירט אויך דורך די קריסטן. ער איז אויך געווען א לינגוויסט און דיכטער, פילאזאף, אסטראלאג, מאטעמאטיקער און לערער.
- ה'ת"ז (אדר א') – רבי עזרא פיגו, אן איטאליענישער רב, פוסק, רב פון פיזא און דרשן אין ווענעציע. ער איז דער מחבר פון די ספרים גדולי תרומה און בינה לעיתים. (געבוירן ה'של"ט)
- ה'תכ"ג (אדר א') – רבי שבתי כהן (דער ש"ך), א רב און פוסק הלכה, דער מחבר פון שפתי כהן אויפ'ן שלחן ערוך. (געבוירן ה'שפ"ב)
- ה'ת"ס – רבי שמואל בן יוסף, דער מחבר פון די פירושים עולת שבת און עולת תמיד אויפ'ן שלחן ערוך.
- ה'תק"ג – רבי עמנואל חי ריקי, א מפרש המקרא און מקובל.
- ה'תרט"ו – רבי יצחק מאיר העשל (זשינקאוו), דער אדמו"ר פון זשינקאוו.
- ה'תרס"ו – רבי ברוך האלבערשטאם, דער ערשטער אדמו"ר פון גארליץ, דער פינפטער זון פון רבי חיים האלבערשטאם פון צאנז. (געבוירן ה'תקפ"ט)
- ה'תשנ"ה - רבי אברהם יחיאל לעמבערגער, גאב"ד מאקאווא