שמואל אליעזר שטערן

פֿון װיקיפּעדיע
שמואל אליעזר שטערן
געבורט 1 אויגוסט 1948 (אלט 75)
כ"ה תמוז ה'תש"ח
אונגארן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג חסידים
זיינע רביס הרב שמואל הלוי וואזנר
חיבורים שביבי אש
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב שמואל אליעזר שטערן (געב׳ כ"ה תמוז תש"ח, 1טן אויגוסט 1948) איז א דיין און פוסק, א תלמיד מובהק פון הרב שמואל הלוי וואזנער. אויך איז ער ראש ישיבה פון דער חוג חתם סופר ישיבה אין בני ברק, א רב מערב בני ברק און דער רב פון הצלה גוש דן.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן געווארן אין אונגארן, דער זון פון שלמה יצחק שטערן און זיין ווייב צפורה, טאכטער פון שלמה קורלאק. אין תש"י (1950), ווען ער איז געווען אלט צוויי יאר, איז זיין משפחה ארויף אין ישראל. יונגערהייט איז ער געווארן א יתום פון זיין טאטן. ער האט געלערנט אין ישיבת חכמי לובלין ביי הרב שמואל הלוי וואזנער. ער איז אן איידעם ביי אפרים קליין.

ער האט געדינט ווי א מו"ץ און א דיין ב אין דער בית ההוראה און אינעם בית דין פון זיין רבי׳ן הרב שמואל הלוי וואזנר. אין יאר תשס"א האט ער אויפגעשטעלט די בית הוראה "שערי הוראה".