יחיאל מיכל האגער
רבי יחיאל מיכל האגער זצ"ל (ה'תקפ"ד - י"ד ניסן ה'תרס"ה), פון סטראזשיניץ.
אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי מיכעלע איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"ד אומגעפער, צו זיין פאטער הרב דוד האגער, פון זאבלאטאוו, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו "דער אהבת שלום", א זון פון הרב יעקב קאפל חסיד. און צו זיין מוטער מרת פעסיא לאה א טאכטער פון הרב משה לייב סאסאווער.
רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תר"ח האט רבי מיכעלע אנגעהויבן פראווען רביסטעווע און אין יאר ה'תרי"ד האט ער זיך באזעצט אין סטראזשיניץ.
הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי מיכעלע איז נפטר געווארן י"ד ניסן ה'תרס"ה אומגעפער.
פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי מיכעלע האט געהייראט א טאכטער פון הרב אלעזר רוקח פון בעלזא, א זון פון שר שלום פון בעלזא. זיינע קינדער:
- מרת מלכה, די ווייב פון הרב מרדכי טאבאק פון טשערנאוויץ.
- מרת רבקה, די ווייב פון הרב דוד אליעזר, רב אים קוסטניץ.
- די ווייב פון הרב משה קאוולער רב אין הערץ.
זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר