אברהם יהושע העשיל טווערסקי (לאיעוו)
רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי זצ"ל (י' טבת ה'תר"ך - י"ח תמוז ה'תרע"ד) פון טשודנאוו.
אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי אברהם יהושע העשיל איז געבוירן עשרה בטבת ה'תר"ך צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי פון לאיעוו, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי, פון לאיעוו, א זון פון הרב אהרן טווערסקי פון טשערנאביל, א זון פון הרב מרדכי טווערסקי, דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים.
רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי אברהם יהושע העשיל האט שוין ביים לעבען פון פאטער געפראוועט רביסטעווע אין דער שטאט טשידנאוו, אין יאר ה'תרס"ז אומגעפער איז ער אריבער קיין מאזיר.
הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי אברהם יהושע העשיל איז נפטר געווארן י"ח תמוז ה'תרע"ד, און דער שטאט אטוואצק, און מען האט אים באערדיגט אין דעם בית החיים פון דעם דערבייאיגן שטעטל קארטשעוו.
זיין פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי אברהם יהושע העשיל האט געהייראט מרת יוכבד א טאכטער פון הרב יעקב שפירא פון דעלאטין, אן אייניקל פון רבי פנחס קאריצער. פון זייערע קינדער:
- מרת צפורה, די ווייב פון הרב יצחק טווערסקי, א זון פון הרב משה דן טווערסקי, פון סקווירא.
- די ווייב פון הרב מרדכי ישראל טווערסקי הי"ד, פון חאטין.
- מרת חנה חיה, די ווייב פון הרב אברהם יעקב פערלאוו ( - ו' אייר ה'תש"ו), פון סטאלין - ניו יארק.
- הרב חיים יצחק טווערסקי פון לאיעוו (ה'תרמ"ו - כ"ד ניסן ה'תש"ג). ער האט געהייראט מרת רעכיל דבורה א טאכטער פון הרב יצחק ישעיה האלבערשטאם הי"ד.
זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רעפערענצען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
- מאורי אור
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ספר היחס מטשרנוביל, אהרן דוד טווערסקי