עלעקטרישער שטראם
מראה
עלעקטרישער שטראם איז א פֿלוס פון עלעקטרישער לאדונג. עלעקטרישע לאדונג פלוסט ווען ס'איז פאראן א וואלטאזש אריבער א דורכפירער. אין שטראמקרייזן ווערט די לאדונג געטראגן דורך עלעקטראנען וואס באוועגן זיך אין א דראט.
דער סטאנדארטער איינס פאר עלעקטרישן שטראם איז דער אמפער, וואס איז א פלוס פון עלעקטרישער לאדונג פון איין קולאמב א סעקונדע.
עלעקטרישע שטראמען האבן א סך באניצן, ווי באלייכטן און הייצונג. אויך קען אן עלעקטרישער שטראם שאפן א מאגנעטיש פעלד, וואס ווערט געניצט אין מאטארן און גענעראטארן.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
עלעקטרישער שטראם