שפיצל שטרימפקינד
שפיצל שטרימפקינד איז א פסעוודאנים פון א פרוי וועלכע איז א געלונגענע שרייבער און בלאגער און איז א באקאנטער פיגור און זייער פאפולער אינערהאלב די otd געמיינדע.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איר געשיכטע איז אויסנאם אינטרעסאנט און עס דערקענט זיך אין אירע באשרייבונגען.
זי איז אויפגעוואקסן אין א שטרענג פרומע סאטמארער שטוב. און אנדערש ווי רוב וועלכע פארלאזן די חרדישע געמיינדע, איז זי געווען זייער צופרידן ביז... זי האט חתונה געהאט און באקומען צוטריט צו דער אינטערנעט. זי האט דאן אנגעהויבן צו בלאגן אויף ענגליש און זי האט אפט אפילו פארטיידיגט די סאטמארער געמיינדע פארן זיין אזוי עקסטרעם, אבער למעשה האט די אינטערנעט געהאט א השפעה אויף איר פירונג צב"ש זי האט זיך נישט געוואלט אפשערן די האר - א זאך וועלכע איז זייער אפגעפרעגט ביי סאטמארער, און זי איז געצוואונגען געווען צו פארלאזן די געמיינדע. און היינט לעבט זי פרייליך מיט איר קינד.
זי האט דערנאך געעפנט א פרישע בלאג "אוי וויי קארטונס" וואו עס ווערט אויסגעלופטערט פראבלעמען - אדער סתם חוזק - פון דער חרדישער געמיינדע. און טאקע ווייל זי האט נישט געליטן אין די יוגנד, זעט זיך ארויס אז זי פארמאגט נישט קיין בלינדע האס קעגן איר פארגאנגענהייט. זי שרייבט מיט שכל און פארשטאנד.
זי איז בארימט מיט אירע אויסנאמליכן שכל הישר און געלונגענע ארטיקלען. איר ארטיקל "דער גט" האט געהאט געוואלדיגן אפקלאנג.