קמחא דפסחא
קמחא דפסחא איז דאס מערסט פארשפרייטע צדקה היינט צוטאג'ס און עס קען ווערן צעטיילט אויף צוויי אופנים
- דער ארגיענאלער באדייט, וויאזוי עס ווערט געברענגט אין שו"ע און טאקע וויאזוי עס הייסט
- היינט צוטאג'ס האט זיך דער נאמען אריבער געכאפט אויף צושטעלן פאר מענטשן אלע זייערע געברויכן וואס זיי קענען זיך נישט אליינס פינאנצירן אריינצוברענגען דעם יו"ט פסח אין שטוב, און אינאיינוועגס אזוי ווי דאס איז נישט קיין בושה צו נעמען מאכן שוין די עסקנים זיכער אז מען זאל דעמלאט'ס אריינווארפן אלס וואס זיי זעען פאר נויטיג וואס א דוכשנטיליכע ארימע פאמיליע דארף האבן דאס מינימום צום לעבן
קמחא דפסחא (אריגינאל)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קמחא דפסחא ווערט שוין געברענגט אין שו"ע אז מען פעלגט אויסטיילן מעות חיטים געלט פאר ווייץ פאר די ארימע אידן וואס אמאל איז דאס געווען היבש א טייערער ארטיקל, כדי זיי זאלן זיך קענען מאכן דערפון מעל און גיין באקן די מצות אויף פסח אן זיך דארפן שעמען צו גיין בעטן פון אנדערע מענטשן מצות מען זאל האבן וואס צו עסן פסח
קמחא דפסחא היינט צוטאג'ס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מיט די יארן איז דאס אויסגעברייטערט געווארן אויף זייער א גרויסן פארנעם, ווייל די עסקנים האבן איינגעזעהן אז מענטשן וואס ממש זיי גייען אויס פאר הונגער סיי פסח און סיי א גאנץ יאר, און זיי ווילן נישט זיין אנגעוויזן אויף קיינעם, און בפרט איז דא זייער א סאך וואס שעמען זיך צו נעמען פון צדקה קאסעס וואס אבער פון דעם קמחה דפסחא קאמפיין וואס איז שוין איינגעפירט יארן לאנג און יעדער אפילו מער פארמעגליכע נעמען דערפון צוליב די גרויסע הוצאות פון דעם יו"ט ווערט דאס שוין פאר הונדערטער יאר מער און מער אויסגעברייטערט, א שטייגער מען פארטיילט טעפ (אפיציעל פאר די וואס דארפן דאס אויף פסח אבער ווי יעדער פארשטייט נאך פסח בלייבט דאס ווייטער אין באנוץ און עס גייט נישט אין מיסט אריין), און אזוי אויך קליידונג (וואס מען פארשטייט ווייטער אז עס גייט נישט אין מיסט א טאג נאך פסח) וכדו' וכדו', און דאס איז א זאך וואס ווערט דורכגעפירט דורך די קהלות, וואס דאס געט צו צו באקוועמהייט פון די נויטיגע ווייל זיי פילן נישט אז דער אין דער עסקן, און/אדער דער און דער נדבן האט מיר עפעס געגעבן פאר צדקה, נאר עס איז אן איינגעפירטע זאך אז ווער עס דארף עפעס אויף יו"ט קען דאס נעמען דורכן זיך איינשרייבן אין דעם מעות חטים פראגראם אין יעדע קהלה אויף זיין שטייגער, מאנכע גייט דאס דירעקט דורך'ן רב, אנדערע האבן גבאים א.א.וו.