קאמפיוטער פראגראמירונג
פֿון װיקיפּעדיע
קאמפיוטער פראגראמירונג איז דער פראצעס פון געבן אינסטרוקציעס פאר א קאמפיוטער דורך שרייבן קאד אין א ספעציעלע פראגראמירונג שפראך מיטן צוועק צו שאפן א קאמפיוטער פראגראם. דער וואס שרייבט פראגראמען הייסט א קאָמפּיוטער פּראָגראַמירער.
[באַאַרבעטן] שפראכן
עס זענען דא פיל פראגראמירונגס שפראכן וואס יעדע פון זיי איז געאייגנט פאר אנדערע צוועקן. עטליכע באקאנטע שפראכן זענען: סי (C), סי פלוס פלוס (++C), וויזועל בייסיק (Visual Basic), פערל (Perl), דזשאווא (Java), סי שארפ (#C).
אויך זענען דא עטליכע שפראכן ספעציעל פאר פראגראמירונג פאר אינטערנעט בלעטער.
[באַאַרבעטן] באגריפן
פראגראמירונג פון מייסטענס מאדערנע שפראכן באנוצן זיך מיט פראצעדורעל פראצעסונג. דאס מיינט אז קאמפיוטער קאד ווערט געשריבן אין דעם סדר וויאזוי דער קאמפיוטער דארף דאס אויספירן, שורה נאך שורה. א ביישפיל פון פראצעדורעל פראצעסונג איז די פאלגענדע, געשריבן אין וויזועל בעיסיק:
FirstNumber = 10
SecondNumber = 20
Result = FirstNumber + SecondNumber
PrintToScreen "Here is the result: " & Result
עס זענען דא שפראכן וואס באנוצען זיך מיט דעקלעראטיווע פראצעסינג. דאס מיינט אז די שפראך ווערט נישט דוקא געשריבן אויפן סדר וויאזוי דאס דארף ווערן אויסגעפירט. ביישפילן פון דעקלעראטיווע פראצעסינג זענען עיטש-טי-עמ-על (HTML), עקס-עמ-על (XML), עקס-עס-על (XSL), סי-עס-עס (CSS).