לדלג לתוכן

פרייד

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פריילעכקייט)
פרייד

פרייד און פרייליכקייט איז אן עמאציע וואס ווערט געברענגט דורך די געפילן פון הנאה און צופרידנהייט.

וואס מאכט א מענטש פרייליך?

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רייכטום איז די ערשטע זאך וועלכע קומט אויף אין יעדנ'ס געדאנק און יעדער וואלט געזאגט אויב איך וואלט געווען רייך וואלט איך געווען פרייליך א גאנצן טאג. אבער א שטודיע וועלכע איז גענומען געווארן דורך דעם אוניווערסיטעט פון אילינוי צייגט אז איינמאל א מענטש האט פרנסה צו קענען לעבן וועט אים מער געלט נישט ברענגען קיין גליק.

דער נעגאטיווער טייל פון דער שטודיע איז געווען אז די ארימע זענען יא ווייניגער פרייליך ווי די מיטל פארדינער אבער אויך נישט מיט גרויסע פראצענטן. דער אמת איז אבער אז דער מענטש באטראכט זיך ארעם נאר ווען ער שטעלט צו וואס ער פארדינט צו יענעמ'ס פארדינסט. אבער אויב ער זאל זיך באטראכטן אלס דער איינציגסטער אויף די וועלט וועט ער גארנישט זיין אזוי ארים. וויאזוי אימער, מעג אבער נישט אריינפאלן אין עצבות ווייל דער מענטש קען זיך נישט קאנצעטרירן די מוח אויב ער איז באזארגט.

קלוגשאפט איז אויך נישט קיין זאך וואס מאכט א מענטש מער פרייליך. סטאטיסטיקס ווייזן קלאר אז קלוגע מענטשן זענען בכלל נישט פרייליכער ווי די נישט קלוגע און דאס איז אויך נישט קיין ענטפער וואס איינער וואלט צוגעלייגט אלס א סיבה פון זיין שמחה. ערנעסט העמינגוועי, איינע פון די גרעסטע אמעריקאנער שרייבער פונעם פאריגן דור, שרייבט אין איינע פון זיינע ביכער: "פרייליכקייט צווישן קלוגע מענטשן איז נישט עפעס וואס איך דענק".

די וועטער איז אויך נישט עפעס וואס האט אן עפעקט אויף די צופרידענהייט פון א מענטש. יארן צוריק האט א שטודיע געוויזן אז א ריזיגע פראצענט אמעריקאנער וועלכע וואוינען אין די קאלטע שטעט האלטן אז אויב זיי וואלטן געוואוינט אין קאליפארניע, וועלכע האט ווארימע וועטערס א גאנץ יאר, וואלטן זיי געלעבט מער צופרידן און פרייליך. אבער די קאליפארניע איינוואוינער לייקענען דאס אפ און נאציאנאלע שטודיעס ווייזט נישט קיין שום חילוק אין פרייליכקייט לויט די וועטערס וואו מען וואוינט.

די ערשטע ארט וואו מען טרעפט א חילוק אין פרייליכקייט איז די עלטער. כאטש די יונגע מיינען אז זיי זענען די פרייליכסטע מענטשן אויף די וועלט איז אבער א פאקט אז עלטערע מענטשן זענען פרייליכער אין דורכשניטליך און זארגן זיך ווייניגער טראץ וואס ווייניג פון זיי האבן געלט. א שטודיע וועלכע איז גענומען געווארן דורך די צענטער אוו דעזיז קאנטראל צייגט אז מענטשן צווישן די יארן פון 20 ביז 24 זענען צעבראכן 3.4 טעג אין א מאנאט און די מענטשן צווישן 65 און 74 יאר זענען צעבראכן נאר 2.3 טעג פער מאנאט.

די צווייטע הויפט חילוק איז רעליגיע. רעליגיעזע מענטשן זענען היבש פרייליכער פון נישט רעליגיעזע. רעליגיע איז א פסכילאגישע דראג וועלכע פירט דעם מענטש אין לעבן און מאכט אים טרעפן די גוטע טייל פון יעדע זאך וואס איז שלעכט אדער קוקט אויס שלעכט.

די דריטע און גרעסטע חילוק פראצענטווייז צווישן פרייליכע און נישט פרייליכע איז משפחה און נאנטע פריינט. די שטודיע פון די יוניווערסיטי אוו אילינאוס צייגט קלאר אז פאמיליע און פריינט איז א שליסל צו א פרייליכע לעבן און זי פירן אויס אז יעדע מענטשן מוז לייגן א דגוש זיך צו סאציאליזירן גענוג כדי צו ברענגן און אנהאלטן זיין פרייליכקייט אין לעבן.


אמעריקאנער סטאטיסטיק

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ערשטע סטאטיסטיק איז גענומען געווארן צווישן ארימע און רייכע מענטשן און האט געוויזן דאס פאלגענדע:

צווישן די וואס פארדינען אונטער $35,000 האבן 68 פראצענט געזאגט אז זיי זענען פרייליך רוב צייט, 24 פראצענט האבן געזאגט אז זיי זענען פרייליך פון צייט צו צייט און 7 פראצענט האבן געזאגט אז זיי זענען נישט פרייליך צופיל. צווישן די וואס פארדינען העכער $35,000 איז די נומער געשפרינגן צו 83 פראצענט וואס זענען שטענדיג פרייליך, 14 פראצענט זענען טיילמאל פרייליך, און 5 פראצענט זענען ווייניג פרייליך. צווישן די וואס פארדינען העכער $100,000 איז די נומער נאר ארויף צו 88 פראצענט וועלכע זענען שטענדיג פרייליך, 11 פראצענט וועלכע זענען טיילמאל פרייליך, און 1 פראצענט וועלכע זענען ווייניג פרייליך.

אין א סך הכל סטאטיסטיק ווען מען האט געפרעגט מענטשן ווי ווייט זיי זענען צופרידן מיט זייער לעבן איז די ענטפער געווען:

"דאס בעסטע וואס מעגליך" נאר 13 פראצענט.

"זייער גוט" 37 פראצענט.

"גוט" 33 פראצענט.

"נישט געפערליך" 15 פראצענט.

"נישט צופרידן" 2 פראצענט.

ווען מען האט געפרעגט אויב מען שטייט אויף פרייליך אין א נארמאלן אינדערפרי איז די ענטפער געווען: 80 פראצענט אויף יא, 14 פראצענט אויף ניין, און 6 פראצענט ווי אמאל. אן ענליכע ענטפער איז געווען ווען מען האט געברעגט אויב מען באטראכט זיך אלס אן אפטימיסטישע מענטש.

וואס ברענגט פרייליכקייט צווישן די אמעריקאנער מאסן:

קינדער און אייניקלעך = 35 פראצענט

פאמיליע = 17 פראצענט

רעליגיע = 11 פראצענט

מאן/ווייב = 9 פראצענט

ווען מען האט געפרעגט וואספארא זאכן עס מאכן דאס מערסטע פרייליך זענען די הויפט ענטפערס געווען: 1) די קינדער 2) גוטע פריינט 3) טון א טובה פאר א צווייטן 4) מאן/ווייב 5) דער קאנטראל איבער די אייגענע לעבן 6) פארברענגן צייט 7) נאנטששאפט מיט די עלטערן 8) רעליגיע און בעטן.


ווי פרייליך זענט איר?

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סייענטיסטן אין די יוניווערסיטי אוו אילינאוס האבן אויסגעשטעלט א 5 פראגע בויגן מיט וועלכע מען קען זיך אליינס מעסטן די צופרידנהייט אין לעבן דורך מעסטן יעדע פראגע אין די נומערן פון 1 ביז 7 און דערנאך צוזאמען רעכנען אלעס אינאיינעם:

1) גייט מיין לעבן רוב מאל אזויווי איך וויל?

2) איז מיין לעבן מצב אויסערגעווענליך?

3) בין איך צופרידן מיט מיין לעבן?

4) האב איך דעגרייכט רוב זאכן וואס איז האבן געוואלט האבן אין מיין לעבן?

5) אויב וואלט איך געקענט איבערלעבן מיין לעבן נאכאמאל וואלט איך געוואלט דאס זעלבע?

די 5 פראגן זענען זייער ענליך איינע צו די אנדערע אבער ווען מען טראכט אין יעדע באזונדער וועלן די ענטפערס זיין אנדערש איינע פון די אנדערע. צו יעדע פראגע ברויך מען זיך מעסטן צווישן די נומער 1 אלס נישט אזוי און נומער 7 אלס יא אזוי. ווען איר זענט פארטיג רעכנט צוזאם אלע נומערן און מעסט עס מיט די פאלגענדע רעזולטאטן:

31 ביז 35 = איר זענט אויסערגעווענליך צופרידן מיט אייער לעבן.

26 צו 30 = איר זענט זייער צופרידן מיט אייער לעבן.

21 צו 25 = איר זענט גאנף צופרידן מיט אייער לעבן.

20 = איז דער נוטראלער פונקט.

15 צו 19 = אביסל אומצופרידן.

10 צו 14 = נישט צופרידן.

5 צו 9 = זייער נישט צופרידן.


קען מען ווערן פרייליכער?

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יעדער וואלט געקענט באשטיין צו ווערן פרייליכער ווייל יעדער אן אויסנאם פארשטייט די וויכטיקייט פון שמחה אין לעבן. שמחה קען טוישן די גענצען וועזן פון א מענטש און אים ארויפשטופן אויף פיל העכערע שטאפלן.

סייענטיסטן פלאגן זיך שוין לאנג וואס א מענטש קען טאן צו ווערן פרייליכער. די ערשטע אויפדעקונג איז אז צופרידנהייט ליגט אין די געניטן און פונקט ווי איינער ווערט געבוירן הויך אדער נידעריג ווערט איינער געבוירן א צופרידענער און א צווייטער א אומצופרידענער. זייער אויפדעקונג איז געבויט אויף א שטודיע וועלכע זיי האבן גענומען פון 4,000 צווילינג קינדער וועלכע פארמאגן די זעלבע גענעטישע אויסשטעלונג און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט זענען אלע (אינדענטיקל) צווילינג געשטאנען אייניג מיט פרייליכקייט שטאפלן.

אבער מיינט נישט אז צו ווערן מער פרייליך איז ווי פאר א נידעריגן צו ווערן הויך – שרייבט דער באריכט – א מענטש קען טאן פארשידענע פעולות זיך צו מאכן דאס לעבן מער צופרידן און ברענגן פרייד אינעם טאג טעגליכן לעבן.

אט זענען זייערע רעקמענדאציעס:

1) שרייבט אראפ אלע זאכן וואס געפעלן אייך דורכאויס די וואך און איינמאל א וואך ליינט אלעס איבער צו זען וואס פארא צופרידנהייטן עס זענען געקומען צו אייך איבער די פארגאנגענע וואך. מען קען אראפשרייבן סיי וואס צי א גוט ווארט וואס מען האט געהערט פון איינעם ביז אז אייער קינד האט געגעבן די ערשטע טריט.

2) טוט א טובה פאר א צווייטן. אלע שטודיעס ווייזן אז טאן א טובה פאר א צווייטן ברענג צופרידנהייט און א שטארקע הנאה. זיי רעקאמענדירן איר זאלט דאס טאן כסדר (ווי ברענגן צו עסן פאר אן עלטערע מענטש יעדן טאג אדער יעדע וואך) און אן א סדר ווען עס קומט אונטער. מיט טאן אסאך טובות אנטוויקעלט מען פאזיטיווע עפעקטן אין די קערפער און ברענגט א בעסערע קאמיוניקאציע צו אנדערע מענטשן וועלכע איז אויך א הויפט שליסל צו א פרייליך לעבן.

3) נעמט אייך די מאמענט מיט יעדע גוטע זאך וואס איר טוט, זעט, הערט, שמעקט, און עסט און טראכט אריין אין די הנאה וואס איר האט דערפון. די קליינע הנאות ציילן זיך צוזאמען און קומט צוריק אריין אין די מחשבה אין אנדערע צייטן ווען מען טראכט נישט דערפון.

4) באדאנקט אייך שטענדיג פאר יעדן איינעם. אויב איר זעט נישט יענעם רופט אן אויפ'ן טעלעפאן און באדאנקט אייך מיט ווערטער. די בעסטע דאנק קען געגעבן ווערן פערזענליך אבער א דאנק דורך א טעלעפאן קאל אדער בריוו איז אויך אסאך ווערט.

5) גיט נאך פאר אייערע פריינט. די מדה פון נאכגעבן ברענגט צוריק א פאזיטיווע עפעקט וועלכע איז מער וועט ווי דאס וואס מען האט נארוואס פארלוירן.

6) אינוועסטירט צייט און ענערגיע אין אייער פאמיליע און גוטע פריינט. פאמיליע איז א נאטורליכער מעדעצין פאר שמחה און עס איז ווערט צו אינוועסטירן יעדעס ביסל וואס מען פארמאגט. א מענטש וואס האט א נאנט פארבינדונג מיט זיין פאמיליע און פריינט שפירט זיך שטענדיג באשיצט און גרייט צו פארנעמען.

7) באהאנדלט אייער קערפער. איבונגן, שלאף, עסן, שמייכלן, און לאכן זענען אלע ווערט צו טאן און העלפט ברענגן צופרידעננהייט אין א קורצע און אין א לאנגע טערמין.

8) אנטוויקעלט סטראטעגיעס וויאזוי צו באהאנדלן אנגעשטרענגקייט און שווערע מצבים. האלט אייך פאר די אויגן דעם "גם זו לטובה" און, להבדיל, דער באקאנטער לאזונג: "אויב עס האט מיך נישט אומגעברענגט האט עס מיך געמאכט שטערקער".


שמחה אין אידישן קולטור

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איזהו עשיר השמח בחלקו! זאגט די משנה און אויף דעם וועט יעדער מודה זיין. א מענטש זאל נישט מעסטן זיין לעבן מיט א צווייטן נאר זיך אליינס.

אין משנה למלך שטייט אז די אומות העולם זענען מקנה די אידן וועלכע זענען שטענדיג פרייליך און טוען יעדע זאך מיט שמחה.

דער גר"א שרייבט אין משלי אז שמחה האט אזא שטארקע כוח אין א מענטש אז עס קען אפילו אויסהיילן מחלות.

עס איז איינע פון די יסודות אין קבלה אז ווען דער מענטש איז בעצבות איז זיך מתגבר די יסוד העפר און לאזט אים נישט טראכטן ווי ערד וועלכע איז איינגעזעצט אויף איין פלאץ, פארקערט ווען מען איז בשמחה איז עס די יסוד הרוח וועלכע רירט זיך פון איין פלאץ צו די אנדערע.

דער קאנצעפט פון חסידות איז געווען (לויט'ן בעש"ט) אז דער מענטש דארף שטענדיג זיין פרייליך און אפילו פאר די זאכן וועלכע מען דארף טרויערן (ווי חורבן ביהמ"ק) מוז עס זיין נאר פון אינעווייניג און אינדרויסן דארף מען שטענדיג ווייזן א שמייכל און צופרידענהייט.

געפילן