לדלג לתוכן

ספר אדם וחוה

פֿון װיקיפּעדיע

ספר אדם וחוה איז איינע פון די ספרים חיצונים צו די תורה.

דער ספר לייגט אראפ די איבערלעבענישן פון אדם הראשון און זיין ווייב חוה פון נאכן פארטריבן ווערן פון גן עדן ביזן שטארבן פון חוה און איהר קבורה נעבן אדם און הבל.

עס איז ארגינעל געשריבן געווארן אין לשה"ק, אבער אזוי ווי רוב פון די ספרים חיצונים איז עס נישט געבליבן אינעם ארגינעלן לשון צוליב וואס די חכמים האבן עס נישט אנגענומען. נאר די גריכישע און לאטיינישע איבעזעצונג האבן מיר די גאנצע.

עס אנהאלט בסך הכל דריי-און-פערציג פרקים. אינעם ערשטן פסוק רופט עס זיך ספר תולדות אדם וחוה און אינעם ארמענישן איבערזעצונג ספר אדם.