ספיידער

פֿון װיקיפּעדיע

שפרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן
א ראק שפין
א ראק שפין
א שפין אין צענטער פון זיין געוועב
א שפין אין צענטער פון זיין געוועב
א שפין הענגט זיך בשעתן שפינען זיין געוועב.
א שפין הענגט זיך בשעתן שפינען זיין געוועב.

דער שפין (ענגליש: spider) איז א פרעדעטארי אינווערטעברעיט בעלי חי'. זיי זענען בעיקר באקאנט דורך די שפין געוועבאכץ וואס זיי מאכן.

עס ווערן געשאצט אז עס איז דא 200,000 מינע ספישיס פון שפינען. בלויז 37,000 זענען שוין דעפענירט און אידענטיפיצירט דורך סייענטיסטן מיט נעמען און פונקטליכע וויסענשאפט וויאזוי זיי לעבן און זייערע פארשידעארטיקע תכונות, פון די זענען בערך 200 מינע שעדליך פארן מענטש אויב זיי בייסן.

אלע שפינען האבן פון זיך 2 גלענדס וואס פראדוצירט דינע גאר שטארקע פראטין פאדעם וואס איז סילק.

זיי נוצן דאס צו פאנגען אנדערע בעלי חיים, און אויך צו קריכן דערמיט דרוך זיך הענגן פון איין פלאץ צום אנדערן, צו אויף גראדע ווענט אדער אויף גליטשיקע גראז. זיי נוצן אויך די סילק פאר סטארעדזש צו האלטן זייער זרע אדער אייער, און אויך פאר נאכדעם וואס דער בעל חיי איז שוין געפאנגן נעמען זיי אים ארום דערמיט פיל מאל ווי הענד קאפס מיט דעם זייער גאנצער קערפער ביז יענער ווערט דערשטיקט און טויט.

עס האט לאנגע דינע פוס מיט א קליינעם גוף אינדערמיט.

עס איז איינגעטיילט אין 2 חלקים, אן קיין פליגלעך.

עס האט 8 פיס.

עס האט נישט קיין מויל צו עסן דורך קייען עס קען נאר זייגן זאפט.

עס לעבט פון פאנגן אלע מינע באגס אינסעקטען פליגן שטויב און שמוץ וואס ווערן פארכאפט אין זיין שפין געוועבאכץ. - און ער לאזט דאס צומאלן ווערן דורך א געוויסער טעכניק ביז זיי ווערן פליסיגקייט דאן קען ער דאס אויסטרונקן.

ווען עס ענדיגט בויען זיין געוועב גייט דאס אוועק זיך אפרוען ערגעץ אנדערשט מיט א דינע שטריק פון זיין געוואכץ פארבידען ביז צו אים וואס ווען דער שפין שאקלט זיך ווייסט ציעט עס אים דורך די בענדל צו אהין לויפן און דאס פאנגן, נאך איידער עס רייסט זיך אויס.