מאיר וואקנין
מראה
הרב מאיר וואַקנין | |
געבורט |
1885 ז' אדר ה'תרמ"ה טבריה, אטאמאנישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
1975 (אלט 90 בערך) כ"ט אדר ה'תשל"ה טבריה, ישראל |
מדינה | ישראל |
טעטיקייט ארט | טבריה, ניו יארק |
תלמידים |
הרב שבתאי בן חיים הרב יצחק ברדא |
חיבורים | ויאמר מאיר, זכרון מאיר |
הרב מאיר וואַקנין (ז' אדר ה'תרמ"ה - כ"ט אדר ב' ה'תשל"ה; 1885–1975) איז געווען דער ספרדישער רב און אב בית דין פון טבריה.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מאיר וואקנין איז געבוירן געווארן אין דער שטאט טבריה אום ז' אדר ה'תרמ"ה (1885) צו רב דוד וואקנין וואס איז געווען אב בית דין און רב פון דער שטאטישער ספרדישער קהילה. אין תרע"ד איז ער געפארן קיין ניו יארק צו זאמלען געלט פאר דער קהילה אין טבריא. צוליב דער ערשטער וועלט-מלחמה איז ער געבליבן דארט זעקס יאר, און געדינט ווי הויפט-רב פון די סירישע יידן.
אין תשי״ג האט מען אים באשטימט ספרדישער רב און אב בית דין אין טבריה.