יונתן פאלארד
געבורט |
7 אויגוסט 1954 (אלט 70) טעקסעס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, ישראל |
לערנארט | סטאנפארד אוניווערסיטעט |
אַמט | אמעריקאנער פלאט |
יונתן פאלארד (ענגליש: Jonathan Jay Pollard, געב' ח' אב תשי"ד) איז דער אידישער שפיאן פון דעם CIA אין אמעריקע, אריינגעזעצט אין תפיסה וועגן ארויסגעבן מיליטערישע און רעגירונג סודות קיין ישראל. ווען מען האט אים געכאפט האט ישראל זיך אפגעזאגט אים צו העלפן און געבן שיץ און זייער אמבאסאדע אויס מורא פון פאליטישע קריזיס מיט אמעריקע.
נאך 30 יאר זיצן אין טורמע האט מען אים באפרייט מיט געוויסע באדינגונגען דעם 20סטן נאוועמבער 2015.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פאלארד איז געבוירן געווארן אין גאלוועסטאן, טעקסעס.
מען האט אים שוין פיל מאל שיער נישט באגאנאגעט אבער געוויסע עלעמענטן האבן דאס אייביג צושטערט, געוויסע זאגן אז דאס איז מכוח אנטיסעמיטיזום, אבער זיי טענה'ן אז די נאטור פון די שפיאנאזש איז גאר שעדליך און הארב, און מ'קען נישט מגלה זיין פארן פובליק וואס אלץ ער האט ארויסגעגעבן, ממילא קען מען נישט געהעריג וויסן צו ער זיצט אין תפיסה ביושר צו לא ביושר.
ער איז געווארן א פרומער ייד אין תפיסה.
דערווייל איז נאך נישט געלונגען אים צו באפרייען ווייל די געהיימע סודות וואס ער האט ארויסגעגבן איז גאר הארב.