טבור הארץ
מראה
טבור הארץ איז א ספר וואס רעדט פון דער שטאט טבריה און אלץ ארום די חמי טבריא און אזוי ווייטער.
דאס ספר איז נתחבר געווארן דורך הרב משה קליערס, רב פון טבריה, און געדרוקט אין יאר תרס"ד. אין יאר תשכ"ה איז עס איבערגעדרוקט געווארן דורך זיינע קינדער.
אין דער הקדמה צו דער צווייטער אויפלאגע שרייבן זיינע קינדער אז ער האט דאס מחבר געווען אין זיינע אינגע יארן, ווען ער איז געווען אין צפת אויף אפרוה פאר געזונטהייט, און ער האט נישט געהאט קיין ספרים צום לערנען.