טאטאירונג
פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון טאטוירונג)
טאַטויִרונג (לשון קודש: כתובֿת־קעקע) איז ווען מע קריצט אריין אינעם לייב א שריפט אדער א בילד מיט טינט וואס זאל בלייבן אין דעם לייב בקביעות. דאס איז א גאר אלטער שטייגער נאך פון דער שפעטערער פאַלעאליטישער תקופה. אמאל האט מען דאס געטון פון טראדיציאנעלע אדער רעליגיעזע סיבות, היינטיקע צייטן איז דאס א מאדע.
די נאציס האבן טאטוירט זייערע געפאנגענע מיט נומערן ביי די קאנצענטראציע לאגערן אינעם חורבן־אײראפּע אויף צו זיי אידענטיפיצירן.
היינט צוטאגס איז מעגלעך אראפ צונעמען טיילווייז א טאטוירונג.
[באַאַרבעטן] טאטוירונג אין דער תורה
דאס איז אסור ע"פ תורה, ווי עס שטייט: ושרט לנפש, לא תתנו בבשרכם וכתובת קעקע לא תתנו בכם (ויקרא י"ט), ווייל דאס איז געווען א מנהג פאר עבודה זרה, און מען האט באקומען פאר דעם מלקות.
א סך בעלי תשובה וואס האבן זיך טאטוירט אלס פרייע, פּלאָגן זיך אראפ צו נעמען זייער טאטויר.
[באַאַרבעטן] וועבלינקען
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: