לדלג לתוכן

דער צווייטער לייכטער

פֿון װיקיפּעדיע

דער צווייטער לייכטער איז א שפאנענדע ערציילונג באזירט אויף א היסטארישן אונטערגרונד געשריבן דורך ע. וואלערשטיין און ארויסעגעבן אין א בוך אין יאר תשע"ג דורך "נר למאור פאבלישונג".

עס איז געלאפן אין פארזעצונגען אין דער קינדער אפטיילונג פון דער בליק, אן אויסגאבע וועלכע עקזיסטירט שוין נישט היינט.

עס אנטהאלט פיר-הונדערט-צוויי-און-פערציג זייטן.

די מעשה באציהט זיך איבער די יארן בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה, ווען א מאמע האט געגעבן אירע צוויי לייכטער פאר אירע טעכטער בעפאר זי האט זיי באהאלטן ביי גוים.

יארן נאך די קריג פארט א משפחה פון ארץ ישראל ארויס קיין אמעריקע צוליב היילן א קראנקע קינד, א רענצל ווערט פארביטן, מיט איינע וועלכע פארמאגט קעש אין זיך, און דארט טרעפן זיי דורך א צופאל די אנדערע לייכטער - דורך וועלכע ביידע משפחות פאראייניגן זיך.