דער הויקער פון נאטרעדאם (1996 פילם)
דער הויקער פון נאטרעדאם The Hunchback of Notre Dame | |
באזירט אויף | "דער הויקער פון נאטרעדאם" פון וויקטאר הוגא |
רעזשיסאר | גערי טראוזדייל קירק ווייז |
פראדוצירער | דאן האן |
שטימע אקטיארן | טאם האלס דעמי מור טאני דזשיי קעווין קליין פאל קענדל דזשייסאן אלעקסאנדער טשארלס קימברוי מערי וויקס דייוויד אגדען סטירס |
מוזיק | אלאן מענקען דייוויד ניומען |
רעדאקטירונג | עלען קענעשי |
סטודיא | וואלט דיזני פילמען |
פארשפרייטער | בוענא וויסטא פילמען |
פארשפרייט | 21סטן יוני 1996 |
לענג | 91 מינוטן |
לאנד | פאראייניקטע שטאטן |
שפראך | ענגליש |
בודזשעט | $100 מיליאן |
הכנסות | $325.3 מיליאן |
דער הויקער פֿון נאָטרעדאַם (ענגליש: The Hunchback of Notre Dame) איז אן אַמעריקאַנישער אַנימירטער דראַמאַ מוזיקפֿילם פֿון 1996 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אַנימאַציע סטודיאס און באפרייט געווען דורך וואלט דיזני פֿילמען. ער איז דער 34סטן וואלט דיזני אַנימירטער פֿילם אין פֿולער לענג, און איז באזירט אויף דער ראָמאַן פֿון וויקטאָר הוגאָ מיטן זעלבן נאָמען. די געשיכטע איז וועגן קוואַזימאָדאָ, דער פֿאַרקרימטער גלעקער-קלינגער פֿון נאָטרעדאַם, און זיין קאַמף צו אָנגענומען ווערן אין די געזעלשאַפֿט.
דער פֿילם איז רעזשיסירט געווארן דורך קירק ווייז און גערי טרוזדייל, און איז פראדוצירט געווארן דורך דאָן האַן. די שטימע אקטיארן זענען טאָם האָלס, דעמי מור, טאָני דזשיי, קעווין קליין, פּאָל קענדל, דזשייסאָן אַלעקסאַנדער, טשאַרלס קימברוי, דייוויד אָגדען סטירס, און מערי וויקס אין איר לעצטער פֿילם ראָלע. דער פֿילם איז פראדוצירט געווארן אין דער "דיזני רענעסאנס" עפאכע, און ווערט געטראַכט אַלס איינער פֿון די טונקלסטע אַנימירטע פֿילמען פֿון דיזני, ווייל זיין געשיכטע רעדט וועגן ערנסטע טעמעס ווי עופֿעלע-טייטונג, גלוסט, פֿאַרשילטונג, פֿעלקער מאָרד און זינד, כאָטש די וועזנטלעכע אונטערשיידן פֿון די אָריגינעלע געשיכטע צו באַקומען אַ G ראַנג. די לידער פֿונעם פֿילם זענען געשריבן געווארן דורך אַלאַן מענקען און סטיוון שוואַרץ, וואס האבן קאָאָפּערירן אויף דעם פֿאַראַיאָריקן פֿילם "פּאָקאַהאָנטאַס".
"דער הויקער פֿון נאָטרעדאַם" איז באפרייט געווארן דעם 21סטן יוני 1996 מיט גוטע קריטיקעס און איז געווען אַ קאָמערציעלע הצלחה מיט איבער 325 מיליאָן דאָלאַרן וועלטווייט, און איז געווארן דער פֿינפֿטער פֿילם מיט די העכסטע הכנסות אין 1996. דער פֿילם איז נאמינירט געווארן פֿאַר דער אַקאַדעמיע פריז און דער גאָלדען גלאָב פריז פֿאַר אַלאַן מענקענ'ס מוזיק. אַ מער טונקל און מער גאָטישע אַדאַפטאַציע פֿונעם פֿילם איז ווידערגעשריבן און רעזשיסירט געווארן דורך דזשיימס לאַפּין און פראדוצירט דורך וואלט דיזני טעאַטראַל אין בערלין, דייטשלאנד מיטן נאָמען "Der Glöckner von Notre Dame", און איז געשטעלט געווען צווישן 1999 און 2002. אַ דירעקט-צו-ווידעאָ המשך-פֿילם מיטן נאָמען "דער הויקער פֿון נאָטרעדאַם 2" איז באפרייט געווארן אין 2002.
שטימע אקטיארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- טאם האלס אלס קוואַזימאָדאָ
- דעמי מור אלס עזמעראַלדאַ
- טאני דזשיי אלס ריכטער קלאָד פֿראָלאָ
- קעווין קליין אלס קאַפּיטאַן פֿיבוס
- פאל קענדל אלס קלאָפּין טרולעפֿו
- טשארלס קימברוי, דזשייסאן אלעקסאנדער און מערי וויקס אלס וויקטאָר, הוגאָ און לאַווערן
- דייוויד אגדען סטירס אלס דער אַרכידיאַקאָן
לידער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- "די גלעקער פֿון נאָטרעדאַם"
- "אין דרויסן"
- "קאַפּויער"
- "גאָט העלפֿן די פֿאַרשטויסענע"
- "גן-עדנס ליכט"
- "העלפֿייַער"
- "איינער ווי דו"
- "דער הויף פֿון נסים"
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- "דער הויקער פֿון נאָטרעדאַם" ביי דער אינטערנעץ פילם דאטעבאזע (אויף ענגליש)