די טאקסע
די טאַקסע אדער די באַנדע שטאָט בעלי טובות איז דאס צווייטע בוך געשריבן פון מענדעלע מוכר ספרים אין פאָרעם פון א דראמאטישע סאטירישע פיעסע וועגן די ראשי הקהילה פון דער שטאט גלופּסק (מענדעלע'ס צו-נאמען פאר בארדיטשעוו) וועלכע רייטן אויף די ארעמע מאסן מיטן איינמאנען די קאָראָבקע - א שטייער ארויפגעלייגט דורך דער רוסישער רעגירונג.
עס איז ערשינען צום ערשטן מאָל אין זשיטאמיר אין יאר ה'תרכ"ט און אנטהאלט נײַן סצענעס.
לויט ווי עס שרײַבט י. ח. ראווינצקי האט מענדעלע, צוליב דער שטורעם וואס די סאטירע האט ארויסגערופן, געמוזט פארלאזן בארדיטשעוו מיט זײַן הויזגעזינד וואו ער האט געוואוינט צען יאר.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די סצענעס אינעם בוך שילדערן ווי די שיינע יודן פון שטאט שינדן די הויט פין די ארעמע-לייט, און שטעלן נאך אן א פנים ווי זיי נעמען זיך אן פאר זיי.
ער ברענגט ארויס די שווערע לאגע פין די אונטערדוקטע און פארארעמטע יידישער מאסע, וואס האבן נאך אויסער די אלגעמיינע באגרעניצונגען אויף יידן, אויסצושטיין פין די א.ג. שטאט-פארזארגער.
כאראקטערן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]טובי העיר
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ר' איציק וואלף ספאדיק
- ר' שמעיה תם
- ר' משה בעל-תכלית
- ר' יוסף מהיכא תיתי
- ר' יידעלע שטאנדהאפט
די מתנגדים פון די בעלי טובות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ר' בערל לאקשעוויץ
- ר' פרידל דער קליינער
- ר' שלמה וועקער
אנדערע מענטשן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ר' יאסעלע שינדער, דער בעל טאקסע
- ר' נתן שיפרה'ס, א מקורב צום בעל טאקסע
- ר' ראובן פיאווקין
- ר' אהרן קנעכטבארג
- ר' נתן פרעכמאן
- ר' מענדל דער געהלער, שטאט שייגעץ וועלכער נעמט זיך אהן פאר די בעלי טובות
- ר' אברהמל גרינפאַן
דרוקסאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זשיטאמיר, ה'תרכ"ט
- ווילנע, 1872
- 1913
- ווארשע, ה'תרע"ג (אין פיפטן באנד פון "אלע ווערק")
- נ"י, איקוף, 1964 (אין ערשטן באנד פון "געקליבענע ווערק")
דאס בוך איז איבערגעזצט געווארן אויף רוסיש דורך יוסף פעטריקאווסקי, געדרוקט אין שווארץ-טומאה אין יאר 1884.