גרויספוילישע וואויוואדעשאפט
פֿון װיקיפּעדיע
די גרויספוילישע וואויוואדעשאפט (פויליש: Wielkopolskie וויעלקאפאלסקיע) איז א וואויוואדעשאפט (פראווינץ) אין מערב־צענטראל פוילן. זי איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער פאזנער, קאלישער, קאנינער, פילער און ליסער וואויוואדעשאפטן. דער נאמען פון דער פראווינץ שטאמט פון דעם היסטארישן גרויספוילן ראיאן. די היינטיקע פראווינץ נעמט איין דעם מערסטן טייל פונעם היסטארישן ראיאן.
די גרויספוילישע וואויוואדעשאפט איז די צווייטע גרעסטע אין שטח און די דריטע לויט באפעלקערונג צווישן פוילנ'ס זעכצן וואויוואדעשאפטן, מיט א שטח פון 29826 קוואדראט ק"מ א באפעלקערונג פון קנאפע 3.4 מיליאן. די הויפטשטעט איז פויזן; אנדערע חשובע שטעט זענען קאליש, קאנין, פילא, גרויספוילישע אסטראוו און גנעזן (די ערשטע הויפשטאט פון פוילן).